היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1508019
בלאט: 1 2 3 4

קרעמער » 7/8/2005 21:45

היות רוב שרייבער פון אונזער אייער פורום שרייבן און ליינען געווענליך אויף די אידישע שפראך, וויל איך דא עפענען אן אשכול וואס וועט פרובירן אראפגעבן עטליכע כללים אין די שפראך.

הגם (הגם איך שרייב מער לשון הקודש ווי אידיש...) אז אידיש איז א שווערע שפראך, זי האט מאדנע כללים און איך ווייס נישט אויב עס איז דא איינער וואס קען זאגען מיטן פולן מויל "איך קען שרייבן אידיש". וועל איך פרובירן אנהייבן מיט אפאר יסודות'דיגע כללים און חילוקים, און איר אלע - וואס שיין חלק פון ענק זענען גוטע שרייבער - וועט מיר צוהעלפן.

1. "און" \ "אין"

"און" מיט א ויו מיינט "איך און דו", צום ביישפיל: קרעמער און יענטאאש האבן געכאפט א שפאציר (הלואי).

"אין" מיט א יודעלע מיינט "אריין אין די זאך", צום ביישפיל: בן הרחמן קוקט אריין אין סידור'ל (הלואי).

2. "דו" \ "די"

"דו" מיט א ויו מיינט "דו, יא דו, טאקע דיר מיין איך", צום ביישפיל: דו ביסט משוגע (אנטשולדיגט: איר זענט משוגע).

"די" מיט א יודעלע מיינט "די זאך", צום ביישפיל "די פורום".

3. "זון" \ "זוהן" \ "זיהן"

"זון" מיינט די זון וואס שיינט אויף אונזערע קעפ.
"זוהן" מיינט א זוהן פון א טאטען, צום ביישפיל: בן הרחמן איז א זוהן (אדער אן אייניקל) פון אב הרחמן.
"זיהן" מיינט עטליכע קינדער, צום ביישפיל: פלוני האט עטליכע זיהן.

4. "א" \ "אן"

ווען מען שרייבט די ווארט "א" פאר א ווארט וואס פאנגט זיך אן מיט אן "אלף" אדער אן "עין", שרייבט מען דאס "אן", צום ביישפיל: אן עבירה (פון דעם שטאמט דאס קינדערישע ווארט "א נבירה"), אן איי, אן אייזקריעם, אן עפל.

5. "ווי" \ "וואו"

"ווי" מיינט אזוי ווי, צום ביישפיל: "ער האט מיר אנגעקוקט ווי גלייך איך בין פון די לבנה אראפגעפאלן".

"וואו" מיינט "אויף וועלכן ארט", צום ביישפיל: "וואו אויף דער וועלט איז הוטקע"?

גענוג פאר היינט, חזר'ט איבער די פינעף כללים, לייגט צי נאך כללים. און אי"ה אין אן אנדערע געלעגענהייט וועלן מיר בלי נדר ממשיך זיין.

יענטאאש » 7/8/2005 21:58

אה.... דאס הייסט א מנהל..... דער עולם איז זיך מחיה.... אט למשל דא לעבן מיר שטייט 'יונגאטש' מיט א קליין צעטעלע אין די האנט און ער שרייבט אפ אלע כללים דערביי עס ארויסזאגנדיג מיטן מויל ער זאל עס גוט געדענקען.....

gishmoker » 7/8/2005 22:47


צי - צו - ציה

צי = א ספק, "הוטקה צי קרעמער" ?
צו = פאר, "איך זאג צו צו קומען צו היימישע שטותים"
ציה = שלעפן, "קרעמער ציהט אויס די אויערן פאר זיין מיידעלע"

================

פאר - פאר - פאר

או הא.. דא דארף מען שוין האבן נקודות...

פאר מיט א פתח, פאר מיט א קמץ, פאר מיט א קמץ פא.

BeChusid » 9/8/2005 20:17

זייער גוט/גיט/גוהט קרעמער, די האסט מיר ליכטיג/ליכטוג געמאכט/גימאכט/גמאכט/ג'מאכט אפאר כללים

ווי אזוי ברויך מען שרייבן און זאגן דאס?

אונז האמיר/מיר האבן/אונז האבן מיר/אונז האמער

טוט/טועט/טוהט/טיט/טיהט

nebach » 9/8/2005 20:32

do you want to explain who hutke is ???????? please

קרעמער » 9/8/2005 22:28

ביחסיד שרייבט, קרעמער ענטפערט (די ענטפערט זענען אין גענזן פיס\קאטשקע פיסלעך):

ביחסיד: זייער "גוט"/גיט/גוהט קרעמער, די האסט מיר "ליכטיג"/ליכטוג "געמאכט"/גימאכט/גמאכט/ג'מאכט אפאר כללים

[גוט איז די גוטע ווארט, "גיט" מיינט ווען איינער "גיט" דיר א פאטש, אבער איך גלייך עס צו שרייבן "געט" דיר א פאטש].

ווי אזוי ברויך מען שרייבן און זאגן דאס?

אונז האמיר/"מיר האבן"/אונז האבן מיר/אונז האמער

["אונז האמיר", איז א אויסדרוק וואס מען נוצט ביים רעדן, אבער עס האט נישט קיין פשט ווען עס האנדלט זיך לגבי שרייבן. אין די קאטעגאריע איז אויך "עטץ" וואס די ריכטיגע ווארט איז "איר", מען וועט קיינמאל שרייבן "עטץ האטץ געזאגט" נאר "איר האט געזאגט" וכדומה].

"טוט"/טועט/טוהט/טיט/טיהט

[איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע ווארט. גראדע שרייבט מען אויך "זיי האבן געטאן" "געטוהן", עס ווענדט זיך אין די גיסטע און געשמאק פונעם שרייבער].

איך שרייב שוין דא כאילו [ווי גלייך] איך וואלט געווען אן עקספערט אויף די אידישע שפראך, ווארט נאר ביז די ריכטיגע אידישיסטען וועלן זיך דא אנריקן און מיר אנשרייען אז איך פארדריי גאר זייער שפראכע.

==
אדרבה, ווער עס וויל עפעס אנפרעגן, אין אידיש, לשון הקודש, מיר וועלן פרובירן ארויסהעלפן לויט אונזער קליינע פארשטאנד.

ענגליש קענט איר אויך אנפרעגן, איך מיין אז יונגאטש קען אייך ארויסהעלפן (איך בין דא א גוטער אויף זיין חשבון, איך האב זיך נאכנישט אדורכגערעדט מיט אים דערוועגן).

בןהרחמן » 9/8/2005 22:40

וועגן 'טוט' 'טוהט'
מיין איך אז עס קומט ענדערש 'טוהט' פונקט אזוי ווי מען שרייבט געטוהן מיט א 'ה' אזוי קומט 'טוהט', און איך מיין אז אזוי האב איך געזעהן אין אלטע אידישע אויסגאבעס און מעשה ביכלעך,

און וואס ביחסיד האט געפרעגט וועגן געמאכט גימאכט,
דאס קומט אייביג מיט אן 'ע' געמאכט געגעסן געטרינקן געשלאפן געלערנט געדאוונט, דאס וואס מאנכע שרייבן מיט א יודעלע איז געווארן פון דעם וואס טייל מענטשן (איך ווייס צו עס האט צו טוהן מיט זייער אקצענט צו סתם נישט גוט איינגעוואוינט) רעדן אזוי 'גיגעבן' 'גיגעסן' אבער עס איז א טעות ולעולם חוזר

קרעמער » 9/8/2005 22:52

בן הרחמן;

ברענגט מיר ניט קיינע איבערצייגונגען פון די אלטע דערציילונגען ביכער, ווארום אין דערינען איז ניט פארהאנען קיינע גוטע אויסשפראכע, דארום קענט איר ניט ברענגט פון דארט קיינע באווייזן. צייטען האבן זיך געביטן, קוקט אויף אייער אוהר וועט איר זעהן עס איז שאהן ניכט יארע ניינצן הונדערט, עס איז ענטשטאנען א נייער וועלד, הויטע שרייבט מען גיכער פלעין אידיש.

פארשטאנטא?

yingatchbp » 9/8/2005 23:47


"אה.... דאס הייסט א מנהל..... דער עולם איז זיך מחיה.... אט למשל דא לעבן מיר שטייט 'יונגאטש' מיט א קליין צעטעלע אין די האנט און ער שרייבט אפ אלע כללים דערביי עס ארויסזאגנדיג מיטן מויל ער זאל עס גוט געדענקען....."

מײן ליבער יענטאש,

כ׳האב פארשטאנען אופן װינק.

נײן? נישט אזױ שרײבט מען?
[בילד – נישט אפגעהיט]

BeChusid » 10/8/2005 00:03

זייער גיט קרעמער

איר גיט/גיבט/געט/גוהט צו אזויפיל טעם

the english writers claim thata the internet is causing pepole not to practice thier english skills, because no one sits down to writr a letter, we just email, and usin IM

it sounds for yiddish it will be just the opposite

יענטאאש » 10/8/2005 00:10

איך ווייס נישט וואס דו האסט פארשטאנען יונגאטש, אבער איך וויל דיר יעצט אויסזאגן איינס פון די כמעט גרעסטע סודות וואס ליגן באהאלטן אין די פארשפארטע וואס-נאר-איך-האב-די-שליסל'דיגע לעדל פון מיין טישל אין קהל'ס אפיס.

ווען איך זע אז אזא שרייבער ווי לאמיר אנכאפן צום ביישפיל 'יונגאטש' שרייבט נישט פאר א לענגערע צייט, דעמאלטס דערמאן איך זיין נאמען אין א תגובה, אזוי טראכט איך וועט יענער באקומען אזא שטיקל..... האו שוד איי קאל איט.... נו... אזא שטיקל 'בלינק מיט די אויג' ווי צו זאגן 'העי מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר רוף זיך עפעס אן'....

והמבין יבין!.......[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 10/8/2005 07:01

bechusid;

about the english language, i can say that the internet helped me develope my english skills (altough i still have a long way to go) because i didn't have a chance to write in english at all, but since the net became my thing, i had a lot of chances to email different people, and i like to think that my english improved a lot because of that.

גענוג מיט די ענגליש, איך ברעך מיר די ציין דערויף... אידיש גערעדט:

איך בין קיין גרויסער מבין אדער קענער אין שפראכן, אבער פון אסאך שרייבן (און איך שרייב שוין ב"ה צענדליגער יארן צו גוטן) האב איך אביסל פראקטיק דערין, און איך שפיר א זכיה און א פליכט מיטצוטיילן מיט אייך מיינע קענטעניסן.

gishmoker » 10/8/2005 07:59


אש שאן יוא גיריידט פאן ידיש אויסשפראכע, דאנעט ויאשוי זאגט מען מיך, "גישמאקר" אודר "געשמאקער"...?

יוי... דע אלטע אידישיסטישע ביכער... אזאנס??!!!.... איך זאג דיר!!!....

BeChusid » 10/8/2005 19:00

Krammer so how is the right way to say this

איר גיט/גיבט/געט/גוהט צו אזויפיל טעם

קרעמער, איך קען יידיש/אידיש גיט, איך שרייב נאר און ענגליש ווייל איך האב נישט קיין יידישע סטיקערס אויף די קיבארד, און איך שרייב אויף אויסענווייניג, און עס נעמט אביסל שטייטער.

menchele » 10/8/2005 20:47

אן אלגעמיינער כלל לגבי אלע שטומע ה"א'ס. די אלע ווערטער ווי זוהן, טוהן, פליעהן - איז א טעות. אין די אלע אידישע ביכער און להבדיל ספרים פלעגט מען אריינבראקן אין יעדן ווארט אזויפיל שטומע ה"א'ס וויפיל ס'האט זיך נאר געלאזט. היינט שרייבט מען אבער נישט אזוי, און ס'האט באמת נישט קיין סך פשט אויך נישט.

menchele » 10/8/2005 20:51

תיקון טעות: "אין די 'אלע' אידישע ביכער." צ"ל "אלטע" אידישע ביכער. וטעות לעולם חוזר (והוא רחום יכפר וכו', ודב"ז, וד"ל, ודו"ק, ה"י, ר"ל, ה"י, ע"ה, ז"ל, ג"ע, בה"ב, עשע-ע-ע-ע-ע-ע-ע-ערת בני המן!)

קרעמער » 10/8/2005 22:42

ביחסיד שרייבט, און קרעמער ענטפערט: (איך האב נישט געקלערט אז איר קענט נישט קיין אידיש... אפילו אייער ענגליש איז א שטיק אידיש... NO OFFENSE).

דער ריכטיגער ענטפער איז מיט "גענזן פיס" (אגב: "פוס" מיינט איין פוס, "פיס" מיינט צוויי אדער מערערע פיס).

איר "גיט"/גיבט/"געט"/גוהט צו אזויפיל טעם

[לכאורה איז "גיט" די בעסערע אויסדרוק, אבער כמבואר בדברינו לעיל גלייך איך צו שרייבן "געט"]

++
מענטשעלע; קודםכל שלום עליכם!

"זוהן" ביסטו לכאורה אומגערעכט, ווייל כמבואר לעיל איז די "הֵא" דער דיפערענץ צווישן א קינד און די זון מיט די לבנה.

menchele » 10/8/2005 23:31

קרעמער,

כ'פארשטיי דיין נקודה און דו האסט א גוטע טענה. ס'איז אבער פארט אזוי; ס'קומט אָן קיין ה"א - הגם אלס פועל יוצא וועט די זון שיינען אויף מיין זון...

והעיקר שכחתי: עליכם שלום! (און דאס איז דער פשט פון דער צוטשעפעניש המובא להלן: "תיקון על ידי menchele...)

תוקן על ידי - menchele - 10/08/2005 23:32:14

קרעמער » 10/8/2005 23:34

מענטשעלע;

קומען מיר צוריק אן צום אלטן כלל: אין אידיש איז נישטא קיין כללים! עס איז קיין שפראך! יעדער איז בעל הבית און קען מאכן שבת פאר זיך!

איך וועל ווייטער שרייבן אז מיין זוהן איז אפגעבראטן געווארן פון די זון, און דו וועסט שרייבן אז די זון און טאכטער זענען געפארן צי די זון און לבנה.

menchele » 10/8/2005 23:37

ווער זאגט דען אז אין אידיש זענען נישט קיין פאראן קיין כללים? קוק אריין אין סיי-וועלכער אידישער אויסגאבע מיט 25 יאר צוריק, און וועסט זען אז זיי האבן אלע מנבא געווען בסגנון אחד.

קרעמער » 10/8/2005 23:40

די שרייבסט "פאראן"

איך שרייב "פארהאן"

אנדערע שרייבן "פארהאנען"

טייל שרייבן "פארהאנדן"

אדער "פארהאנדען"

און דו זאגסט מיר אז עס איז דא כללים אין אידיש...

menchele » 10/8/2005 23:42

בכל אופן, זענען פאראן כללים וואס מען דארף נישט לערנען, ווייל זיי זענען "קאמען סענס". אנרופן א רבים בלשון יחיד און די זעלבע זאך זאל אין זעלבן זאץ זיין סיי א לשון זכר, סיי א לשון נקיבה, זענען גאנגבארע ארטיקלען אין דער היינטיגער חרדישער פרעסע.

לאמיך דיר געבן איין דוגמא, ויקרא שמו בישראל קאנסטרוקטיווע קריטיק: "קומען מיר צוריק צום אלטן כלל, אז אין אין אידיש 'איז' נישטא קיין 'כללים'."

menchele » 10/8/2005 23:44

יא יא. א גרייזיגער ענגליש געשריבן דורך א פראנצויזישן טוריסט בייט נאכנישט די כללים פון דער ענגלישער שפראך[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - menchele - 10/08/2005 23:44:04

קרעמער » 10/8/2005 23:51

העי מענטשעלע... קוים אנגעקומען, שוין קריטיקירסטו מיר?

איך האף אז דו ווייסט אז איך וויצל זיך נאר מיט דיר, כדרכי בקודש...

אדרבה, איך זוך שוין לאנג א מגיה פאר מיין פורום, ווייל געווענליך בין איך דער מגיה דא, אבער כל נגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו...

יישר כח נאכאמאל פאר די קאנסטרוקטיווע קריטיק וואס איז אלעמאל וועלקאם (ווילקאמען...)

menchele » 11/8/2005 00:20

כ'בין נאך ניי; מיט דער צייט וועל איך געהעריג כאפן דיין שניט.

יענטאאש » 11/8/2005 02:55

יא?..... א גוטן קרעמער, איך שטיי שוין דא צען מינוט און איך הער זיך צו ווי דו טענה'סט זיך מיט דעם...... וויאזוי הייסט ער?...... אה א נייער דא, שלום עליכם ר' איד וויאזוי הייסט איר? מעכעלע?, א גוטן, מאכט אייך 'היימיש'.


קרעמער » 11/8/2005 07:01

יענטאאש; אלץ ראש הקהל וואלסטו געמעגט בעסער איינ'חזר'ן די נעמען פון די אנשי שלומינו פון די קהילה. זיין נאמען איז "מענטשעלע" און נישט "מעכעלע", אקעי?

מענטשעלע; מיט די צייט וועסטו כאפן מיין שניט, אדער וועל איך כאפן פון דיר א שניט... אבער פארבלייב דאהי, עס איז אן איינגענעמער פורום, כ'מיין וועסט נישט חרטה האבן.

gishmoker » 11/8/2005 08:12


אוי יענטאאש כ'אב פארפאסט די שמועס צווישן דעם נייעם דא מיט רעב קרעמער, קענסט מיר עס אפשר איבערזאגן, שנעל?...

אוי! .... נאך אלץ אמפערט מען זיך איבער די אידישע ווערטער....!!?? לאמיך ענק זאגן איין זאך

ווער ס'אט נאכנישט באמערקט אז אין אידיש איז די מבטא מיט די כתיבה היבט פונאנדערגעשיידט, צו דערצו איז דא אומצאליגע ווערטער אין אידיש וואס זענען לשה"ק'דיגע . דער אידישער לעקסיקון האט נאך נישט ערפינדען א ווארט דערויף.

לבנה =
דין תורה =
שבט =
ראש חודש =
שבת =
כוח =
מוח =
פנים =
צדיק =
און אויך טחול.... =

לסיכום וועט מען מוזן אננעמען אז אידיש איז טאקע קיינמאל נישט געגרונדעט געווארן פאר א "שפראך" ולחזק דבריי אלע פראקציעס און ראסען און געגענטען האבן גערעדט די אידישע שפראך מיט אן אנדער אויסלייג, און אפילו היינט צוטאגסט דער סאטמארער רעדט דיפרענט פונעם באבובער און דיפרענט פונעם ליובאוויטשער און דיפרענט פון א לאנדאנער און דיפרענט פון א ארץ ישראלדיגן איד. די שפראך האט מען נאר גערעדט יעדער אין זיין לאנד אין געגענט כדי צו האלטן אן אפגעזונדערטקייט פון די גויים אין יענעם לאנד, משום שינוי לשון, וכתוצאה מכך איז געווארן א ... עפעס...אזא.. מין... איך ווייס...עפעס אזא...אזא...אזא .... צעמישעניש אזוי ווי.... אין שרייבן די שפראך.

ווי עס שרייבט הערי פעלטלאג דער שפראך שטודירער פון קאלאמביען אוניווערסיטעט, "דער עיקר אויפטו פון שפראך איז קאמיוניקאציע. מיט א בוים קען מען נישט קאמיוניקירן ווייל ער האט נישט קיינע מיטלען דערצו. ממילא איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה וויאזוי און וואס מען רעדט ווילאנג דער עיקר ווערט ערפילט מיט שלימות"

אבער דאך איז נאך דא היינט איינער וואס געט\גיט\גיבט זיך אפ דערמיט דאס איז אונזער אלעמען באקאנטער "מעלות" מאגאזין וואס ערשיינט יעדן ראש חודש, ווי שיין וואלט געווען אויב איינער קען דאס אריינסקענען.


והעיקר שכחתי, מיר האבן דא א נייע מענכעל.... איין מינוט לאמיך מאכן BACK.... ניין איך בין ראנג... א נייע מענטשעלע.... אה א אידישער ווארט.... נו שלו' עליכם!. נו שטרעקט אויס דיין האנט.... ביסטו אמבין?!.... שטרעק שוין אויס ....! נו! אה ער טאנצט יעצט....








[בילד – נישט אפגעהיט]

menchele » 11/8/2005 19:33

נאט אייך אלע די האנט - וואס כאפסטו; ער שטייט דאך דא פאר דיר! 'סטאַ מבין? סטאפ, ס-ט-א-פ! אקעי, אקעי, פייייינעלי. אלייכעם שאלעם! אנגענעם זיך צו באקענען!

כ'בין זייער, זייער פארנומען די טעג, אבער איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף ווי ווייט די צייט וועט מיך דערלויבן.

אידיש איז געווארן א שפראך גענוי אויף דעם זעלבן אופן ווי אלע שפראכן זענען באשאפן געווארן. לגבי דיאלעקט - ווייטער דאס זעלבע. ענגליש ווערט אין אייראפע גערעדט אנדערש ווי אין אמעריקע. אין אייראפע זעלבסט ווערט ענגליש גערעדט אין יעדן לאנד אנדערש (ענגלאנד, איירלאנד אא"וו), און דאס זעלבע איז אמת פאר די פארשידענע געגנטן אין יעדן לאנד באזונדער (לאנדאן, מאנטשעסטער אא"וו). הער אמאל אויס "בי-בי-סי", וועסטו זען אז די קארעספאנדאנטן פון יעדער געגנט פארמאגט אן אנדערע אויסשפראך.

"מעלות" איז די בעסטע פרום-אידישע אויסגאבע - הגם לגבי דער אידישער גראמאטיק איז זי אויך נישט פערפעקט.



תוקן על ידי - menchele - 11/08/2005 19:32:31

קרעמער » 11/8/2005 21:23

מענטשעלע יישר כח פארן אראפגעבן פון דיין פארנומענע צייט אונז ארויסצוהעלפן מיט די אידישע שפראכע.

עס איז ביי מיר א חידוש דאס וואס דו זאגסט אז אין יעדן געגנט אין ענגלאנד איז דא אן אנדערן דיאלעקט, מילא צווישן אמעריקע און ענגלאנד קען מען דערקענען דעם חילוק אפילו אינמיטן שלאף. אבער צווישן לאנדאן און מאנטשעסטער האב איך נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט א דיפערענץ.

מילא אין אמעריקע איז אויך דא אסאך אינטערשידן צווישן די דרום חברה מיט די סאודערנערס (צפון), צווישן די רורעל געגנטער און די שטעט, ס'איז זייער אינטערסאנט צו הערן די פארשידענע אויסשפראכן פון די מיסיסיפי און טענעסי חברה... ווער רעדט נאך פון די 'טעקסענס'...

אידיש אליין איז אויף דעם פורום אנדערש, עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן נאטורליך'ס אידיש און גמזו'ס אידיש וכדומה...

menchele » 11/8/2005 21:50

איין באמערקונג לגבי די לשה"ק ווערטער וואס זענען אריין אין אידיש: יעדע שפראך גנב'עט ווערטער פון אנדערע שפראכן. ענגליש, גראדע, איז די גרעסטע גנב'טע; זי נעמט פון יעדן, אריינגערעכנט אידיש. א געוואלד ווערטער אין ענגליש שטאמען פון דייטש, אדער דייטש-פארבינדעטע שפראכן (אפצווייגן פון אלט-גערמאניש, אין וועמענס כלל א היפשע צאל שפראכן, אריינגערעכנט אידיש, פאלן אריין).

בןהרחמן » 12/8/2005 04:43

לכבוד אונזער נייער 'מענטשעלע' האב איך דא געברענגט א מענטשעלע דיך צו באגריסן וועלקאם טו די ...
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 12/8/2005 10:44

[בילד – נישט אפגעהיט]menchele is not yiddish Mench is [בילד – נישט אפגעהיט]

menchele » 15/8/2005 19:09

בןהרחמן: [בילד – נישט אפגעהיט]

מענטש: ווען דו ביזט געווען אזוי קליין ווי איך יעצט, ביזטו געווען א מענטשעלע![בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 15/8/2005 20:08

איר דערמאנט מיר פון די מיאמי'ער ניגון:

be a mench, be a mench, be a mench

שוין נאך חצות, לאמיר זינגען אינאיינעם...

gishmoker » 15/8/2005 22:07


נאך א מיאמי ניגון של ...

one one only one. one one only one. only one .one one. one one/ only one only only only only one one one one only one.. וכו' וכו'

דע ניגון מאכט ענדערש אראפפאלן ווי טאנצן

go figure

בןהרחמן » 16/8/2005 01:45

מענטש איך זעה דו דארפסט א עקסטערע ברוך הבא

נאדיר א 'מענטש'

לחיים לחיים
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 16/8/2005 02:36

You are very welcome
[בילד – נישט אפגעהיט]

yankees » 16/8/2005 03:26

מענשטעלע איז אויך נישט אוועקצומאכן. ער דערמאנט אינז אויך פון א ניגון. די באקאנטע ניגון פון קאפי עלענבויגען.
און דאס קען מען זינגען אפילו פאר חצות אויך.

"... אוי מענשטעלע מענשעלע עס זאל דיר נישט פלאגן..."

not2bz » 16/8/2005 18:27

איך מיין אז איינער זאל עפענען א אשכול ווי מען זאל זיך אויסשמיסן די כללים פון די סמייליס

קרעמער » 16/8/2005 18:35

געשמאקער האט אין אן אנדערן אשכול אויפגעברענגט א וועלט'ס טעות, לאמיר דאס אויסשמועסן:

"אדער"\"אבער"

דאס זענען צוויי ווערטער וואס האבן קיין צוזאמענהאנג, קיין שייכות, זיי זענען ניטאמאל צווייטע קאזענס פון די ווייב'ס זייט.

"אדער" מיינט: איך אדער דו, הוטקע אדער קרעמער.

"אבער" מיינט: אלעס פיין און וואויל, אבער איך האלט נישט דערביי.

פארשטאנען?

==

נאך א זאך:

"מעג"\"טאר"

דער כלל איז: מען מעג יא און מען טאר נישט.

איך ווער צופלאצט ווען קליינע קינדער (און אומאויסגעוואקסענע קליינע קינדער מיט לאנגע בערד) זאגען: "מען טאר יא"...

ווען מען רעדט פון א זאך וואס מען מעג, זאגט מען "מען מעג דאס טאן", און ווען עס האנדעלט זיך פון א זאך וואס מען טאר נישט, זאגט מען "מען טאר נישט". (איך וועל זיך מודה זיין אז איך אליין זאג אסאך מאל: מען מעג נישט... אבער עכט טאר מען נישט אזוי רעדן, מעג מען דען?).

not2bz » 16/8/2005 18:41

מען זאגט הונדערט נישט הונדרעט
מען זאגט געווינען נישט געוואנען

gishmoker » 16/8/2005 18:46

שכוח קרעמער פארן מיך אויפברענגען, אבי איינער ליינט אפילו מיינע תגובות, אבי איך עקזיסטיר.

אפשר איז ראטזאם צו עפענען א אשכול פאר עברי'שע כללים. איך האלט אינמיטן מיך אויסלערנען

menchele » 16/8/2005 19:06

געווינען-געוואונען. דער כלל ביי דעם איז פונקט ווי ביי א סך אנדערע אידישע ווערטער וואו פונעם יו"ד ווערט א וא"ו ווען דאס ווארט ווערט געניצט בלשון עבר. ביישפילן זענען געפינען (הוה/עתיד), געפונען (עבר); פארשווינדן, פארשוואונדן, און נאך.

קרעמער » 16/8/2005 19:13

מענטשעלע; דיינע כללים זענען גאנץ אינטערסאנט און באלערנד, הגם איך האב כלל נישט אין פלאן צו טוישן מיין חיתוך הדיבור אדאנק דעם, ווייל פארוואס יא? איך זעה אז מען פארשטייט ב"ה גאנץ פיין מיינע שריפטן אפילו ווען איך שרייב געווינען אלס א לשון עבר און געוואונען אלס אן עתיד.

נאך א זאך: ווער איז דער פוסק אחרון אין די סארט כללים? און פון וואנעט נעמט איר די כללים? איז דא א ביכל דערויף?

הראני נא את כבודך.

menchele » 16/8/2005 19:32

דארפסט נישט טוישן; ס'שאט אבער נישט צו וויסן.

עס זענען פאראן ביכער מיט כללים פון דער אידישער גראמאטיק; צום באדויערן זענען זיי אלע פון פרייע מחברים - געשריבן אויפ'ן נוסח פונעם ייוו"א-יידיש, און במילא שווערליך אביסל צו לייענען. די בעסטע פרימע מקורות צו לייענען אידיש אויסגעהאלטן געשריבן זענען 1) "דאס אידישע ווארט", 2) "מעלות".

קרעמער » 16/8/2005 19:44

מענטשעלע;

האסט פארגעסן:
3) היימישע שטותים...

בןהרחמן » 16/8/2005 22:45

פיל/פול/פיהל

פול מיינט אנגעפילט לדוגמא קרעמער אנאליזן זענען פול מיט געשמאקע אנעקטאדן,

פיהל מיינט אסאך לדוגמא פיהל רעדן ווייניג טוהן

פיל ווענדט זיך שוין וויאזוי מען וויל עס דאס ווערט עס

און פיל מיט א פינטל אין די פ' מיינט ווען איינער דארף נעמען פילן

אויך איז דא א אנדערע פיהל וואס איז א חלק פונעם ווארט געפיהל עס ווערט צומאהל גענוצט אהן די 'גע', לדוגמא איך פיהל נישט קיין שום טעם

קרעמער » 17/8/2005 01:28

בן הרחמן;

די פּיל וואס דו שרייבסט איז אן ענגלישע ווארט.

אין לשון הקודש מיינט די זעלבע ווארט: אן עלעפאנט!

אדער: א בונדל.

גיי ווייס.

קרעמער » 18/8/2005 18:19

אינטערסאנט אז קיינער פון די לומדים דא האט מיר נאכנישט מעורר געווען אויף מיין גראבן עמעראצישען טעות וואס שטייט דא שוין צוויי טעג ואין פוצה פה.

"פיל" מיינט אן עלעפאנט

א בונדעל איז "פול" מיט א וי"ו!

טעות לעולם חוזר.
בלאט: 1 2 3 4