עטליכע כללים אין די אידישע שפראך
174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1508019
א גרויסן יישר כח ר' מענטשל, פאר זיין מראה מקום, עס האט מיר פשוט באלויכטן די אויגן.
איך האב שוין געשריבן פריער באריכות די פינעף משפחות פון ווערטער. איך וועל זיי יעצט ציטורירן בקיצור:
1)שם הפועל 2) שם עצם 3) שם אחיזה 4) פעלי עזר 5) געפיהל ווערטער.
מיר וועלן זיך יעצט באציען איבער דעם שם הפועל:
דער שם הפועל איז איינגעטיילט אין צוויי:
1) שם הפועל - דער זאך וואס מען טוט, צ.ב.ש. 'לויפן' 'שרייבן' א.א.וו.
2) שורש הפועל - דער עצם זאך, צ.ב.ש. 'לויף' 'שרייב' א.א.וו.
ווען מען וויל זאגן פאר א מענטש ער זאל עפעס טון, וועט מען נישט זאגן 'איך וויל דו זאלסט לויף' ווייל דאס איז נישט די פעולה, הגם דאס איז די עצם ווארט, אבער די פעולה איז 'לויפן' און נישט 'לויף'.
דער חילוק צווישן דעם 'שם הפועל' מיטן 'שורש הפועל' איז דער 'ן'. אן דער 'ן' איז דאס א 'שורש' און דער 'ן' מאכט דאס פאר א 'פועל'.
ווען מען רעדט פון 'הווה', באנוצט מען זיך מיטן 'שורש'. נאר מען לייגט צו צום סוף עטליכע אותיות, געוואנדן איבער וואס מען רעדט.
עס איז דא פינף וועגן ווי אזוי צו זאגן אין דעם הווה, באנוצענדיג זיך מיטן 'שורש':
'סט' - נוצט מען ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן דעם צווייטן (גוף שני), צ.ב.ש. 'דו שרייבסט', לייגט מען צו צום סוף 'סט'.
'ט' - ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן א דריטן (גוף שלישי), צ.ב.ש. 'ער שרייבט'. אדער ווען מען רעדט פאר א ציבור (גוף שני - רבים), צ.ב.ש. 'איר שרייבט', לייגט מען צו צום סוף 'ט'.
'ן' - ווען מען רעדט פון 'אונז' (גוף ראשון - רבים), צ.ב.ש. 'מיר שרייבן'. אדער ווען מען רעדט צו א צווייטן וועגן א ציבור (גוף שלישי - רבים), צ.ב.ש. 'זיי שרייבן', לייגט מען צו צום סוף 'ן'.
ווען מען רעדט פון זיך אליין (גוף ראשון), לייגט מען גארנישט צו צום שורש, צ.ב.ש. 'איך שרייב'.
אז מען רעדט שוין פון דעם 'ן' וואס מען ניצט ביי לשון רבים, איז וויכטיג צוצוגעבן א וויכטיגע נקודה.
עס זענען פארהאן זעקס פעלער, וואס מען שרייבט 'ען' אנשטאט א 'ן'.
ווען דער ווארט ענדיגט זיך מיט איינע פון די פאלעדיגע אותיות, 'ן' 'ם' 'נג' 'נק', אדער מיט א וואקאל, צ.ב.ש. 'גייען' און נישט 'גיין', אדער ווען עס ענדיגט זיך מיט א 'ל' וואס האט פאר דעם נישט קיין וואקאל.
וואספארא אידישע ווארט איז 'פאלעדיגע'?
אויך די כלל אז ביי איינע פון וואקאלן שרייבט מען 'ען' אנשטאט סתם 'ן' ווייס איך נישט אויב דאס איז גערעכט, ווייל למשל אז איך וויל שרייבן אזא זאץ "יענקל האט מיר געזאגט איך זאל דארט אהין גיין" וואלסטו מיר געזאגט אז איך דארף שרייבן "איך זאל דארט אהין גייען"? איך מיין אז עס קומט נישט אזוי און איך האב נאך קיינמאהל נישט געזעהן אזוי שרייבן, אלא מאי מוז מען זאגן אזוי ווי איך שוין געשריבן אינעם אשק\כ\ול (דאס ווייס איך נישט וויאזוי עס קומט אין אידיש [בילד – נישט אפגעהיט]) םון 'צום שיין פון די חנוכה ליכט' אז צומאהל קענען זיך די כללים טוישען אביסל, כנלע"ד,
טייערע בן הרחמן:
קודם כל אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש. איך האב געמיינט צו שרייבן 'פאלגענדיגע'.
בנוגיע וואס דו האסט געפרעגט איבער 'גיין', האב איך קלאר אויסגעשמועסט אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן ווען מען רעדט בלשון רבים. צ.ב.ש. 'אפאר מענטשען 'גייען' אין קרעטשמע'. אבער ווען מען רעדט בלשון יחיד לייגט מען קיינמאל נישט צו קיין 'ן'.
די ווערטער ענק און עטץ איז ריין אונגאריש-אידיש דעריבער איז נישט שייך צו פרעגן וואס איז די ריכטיגע וועג עס צו נוצן ווייל ס'איז נישטא א ריכטיגע וועג פאר דעם. ס'איז נישט אידיש! וועסט קיינמאל נישט הערן א פוילישן, רוסישן אדער רומענישן איד זאגן "עטץ" אדער "ענק". איר און אייך איז ריכטיג.
בנוגע "פאלגענדיג". קען זיין איינס פון די צוויי: אדער פון לשון פאלגזאם, געהארכזאם. א פאלגענדער קינד. אדער מלשון FOLLOWING, וואס מיינט די זאך וואס גייט קומען נאך די יעצטיגע זאך. "דער פאלגענדער רעדנער וועט זיין פלוני".
שלמה זלמן
שיין הויך,
אנטשולדיגט פארן מוטשענען אזויפיהל, אבער איך פארשטיי נאך אלס נישט.
וויאזוי דארף מען שרייבן ווען מען וויל שרייבן אזוי ווי דאס: איך האב זיי געזאגט זיי זאלן אהין 'גיין', קומט דאס אויך אהין 'גייען', און אויב דו וועסט מיר זאגן אז דאס הייסט א לשון יחיד ווייל איך האב אנגעהויבן מיט די ווערטער: 'איך' האב זיי געזאגט, דאן וואס וועט זיין ווען איך וויל שרייבן: זיי האבן מיר געהייסן איך זאל אהין 'גיין' אדער 'גייען', און אויב וועסטו נאך אלס טענה'ען אז דאס איז א לשון יחיד ווייל צום סוף רעד איך פון מיר אליין אז איך זאל אהין גיין און עס מוז זיין סיי דער אנהייב און סיי דער סוף מיט א לשון רבים, דאן וואס וועט זיין אויב וויל איך שרייבן: און זיי האבן אונז געזאגט אז מיר זאלן שוין אהין 'גיין', אדער 'גייען'? אלא מאי זעהט נאך אלס אויס אז צומאהל קומט עס סתם 'ן' און נישט 'ען' אפילו ביי לשון רבים, חוץ אויב מען קען מחלק זיין אז צום סוף פון א זאץ איז אנדערש (אזוי ווי עס איז דא צומאהל אין די תורה הקדושה לגבי נקודות און ווערטער אויסלייג - איך געדענק נישט יעצט אויסנווייניג קיין מראי מקומות) וואס דאס איז אבער נישט קיין מסתבר'דיגע כלל,
שוין, גאנץ א שיינע חנוכה פשט'ל ? הא? נישט אזוי? [בילד – נישט אפגעהיט]
אוי, בן הרחמן:
דו ביזט דאך אזוי זיס!
קודם פרעגסטו מיר א קשיא, און איך ענטפער דיר אז דו האסט נישט פונקטליך דורכגעליינט וואס איך האב געשריבן, ווייל איך רעד פון יחיד בשעת דו רעדסט פון רבים.
דערנאך קומסטו מיר פרעגן פון 'לשון עבר', בשעת מיין גאנצע שמועס איז געווענדט אויף 'הווה', ווי איך האב עס קלאר ערווענט.
סיי-ווי-סיי, וואלסטו דאס אליין געדארפט כאפן, ווייל אויב וואלט מען ווען גערעדט פון 'עבר', וואס איז בכלל די אלע אופנים וואס איך שמועס אויס, ווען מען לייגט צו 'סט' אדער 'ט' אדער 'ן'? ביי 'עבר וועסטו דאס קיינמאל נישט הערן, אלא מאי, אז דער גאנצער שמועס איז נאר ביי 'הווה', אבער עבר האט גאר אנדערע כללים.
איך האף טאקע אין די קומענדיגע טעג אראפצוברענגען די כללים וואס איז נוגע 'עבר'.
איך האף אז דו האסט זיך נישט באליידיגט. אדרבה, אויב ביזטו נאכאלץ נישט קלאר, פרעג איבער. אפשר זענען פארהאן נאך אפאר ליינער וועלכע שעמען זיך איבערצופרעגן. אבער אויף דיר 'בן הרחמן' איז געזאגט געווארן דעם מאמר חז"ל 'לא הביישן מלמד', און דו וועסט צום סוף אנקומען.
דער עיקר: ווער נישט נתפעל, פרעג ווייטער ווען דו פארשטייסט נישט, איך וועל מיך זייער פרייען צו ענטפערן
תוקן על ידי - kraitchmer - 02/01/2006 7:49:35
לכבוד שלמה זלמן, און אלע אנדערע אידיש קענער;
וועלכע איז ריכטיג?
1. אנגעהויבן
2. אנגעפאנגן
==
וועלכע איז ריכטיג?
1. געענדיגט
2. געפארטיגט
קרעמער. ביידע איז ריכטיג. ס'איז נארמאל פאר א שפראך צו האבן א פאר ווערטער פאר די זעלבע זאך. די פוילישע פלעגן אויך זאגן פאר געענדיגט - געקאנטשעט.
שלמה זלמן
וועלכע איז ריכטיג?
1) צענליגער
2) צעהנליגער
3) צענדליגער
4) צעהנדליגער
* * *
1) ס'טייטש
2) ס'טייטשט
* * *
1) פרייליך
2) פריילעך
לא הביישן מלמד, גאנץ גוט געזאגט,
איך פלעג זיך טאקע וואונדערן אסאך מאהל אויף עטליכע מלמדים און מענטשן וואס האלטן זיך פאר זאך קענערס, ווי זיי פלעגן אויסלערנען כללים פאר אנדערע, בשעת ווען זיי דרייען זיך תיכף אויס אויף די אנדערע זייט און פרעגן פון אנדערע וואס צו טוהן, איז מיר אלס שווער געווען וויאזוי שעמט ער זיך נישט צו זיין א מלמד און אויסלערנען כללים פאר אנדערע?,
יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט, ווייל
לא הביישן מלמד [בילד – נישט אפגעהיט]
דער מלמד איז נישט קיין ביישן, וואלט ער ווען געווען א ביישן וואלט ער זיך אריינגעלייגט אין טאש אריין און נישט ארויסגעקוקט פון דארטן לעולם דוד.
הויך שיין.
A3
B1
C1
שלמה זלמן
שלמה זלמן;
יישר כח פאר די הילף וואס איר טיילט צי פאר אונז אלע תושבי הקרעטשמע. וויסן זאלט איר אז איר טוט מיט אונז א גמילת חסד של אמת, ושכרכם הרבה מאד.
בן הרחמן;
נאדיר איינס [בילד – נישט אפגעהיט]
ליינענדיק אלע אייער ענטפערס, בנוגע די כללים, וואו מען שרייבט דאס ווארט "די" און וואו מען שרייבט דאס ווארט "דער", האב איך ארויסגענומען פון אייערע ווערטער:
דער = לשון זכר
די = לשון נקיבה
איך וועל זיך ערלויבן צו צולייגן א זאך וואס איר האט נישט אנגעמערקט. אפי' ביי א לשון זכר, אויב רעדט מען פון א "רבים", ווערט געטוישט דער אויסדריק פון "דער" צו "די"
למשל:
ל' יחיד = דער טיש
ל' רבים = די טישן
===
וואס איז בנוגע דער אויסדריק לאמיר/לאמיך?
מיר ווייסן אז דאס איז אן אויסדריק וואס ווערט גענוצט נאר ביים רעדן, ווי למשל:
לאמיר ארויסגיין אויף א שפאציר. לאמיר/לאמיך דיר מסביר זיין.
אבער ווי געזאגט, איז דאס נאר אין רעדנדיקער שפראך. וויאזוי קומט דאס אין שרייבן שפראך?
לאזט מיר אייך מסביר זיין די זאך / לאזן מיר זיך ארויס אויפן וועג.
SERVICE. לאמיר / לאמיך איז פארקירצט פון לאז מיר / לאז מיך. "מיר" איז די ריכטיג געשריבענע ווארט, "מיך" איז לכאורה פארגרייזט געווארן פון "איך".
קרעמער. ישר כח פאר דיין ווארימקייט.
שלמה זלמן
וואס מיינט דער ווארט 'אזש', ווען ניצט מען דאס?
איך האב אזוי געלאכט אזש דער קנעפל האט זיך אפגעריסן און דורכגעבויערט דעם פענסטער, אזש דער לעכל פון פענסטער איז געווען א קאפיטשקע קלענער פונעם קנעפל זעלבסט.
אין אמת'ן האב איך געפרעגט די שאלה, ווייל איך האב געוואלט אויספראבירן אויב איך האב נאך דא רשות כתובה אין קרעטשמע, זעענדיג אז מען האט אראפגענומען מיין אשכול, ווען מען האט נאך געהאלטן אינמיטן דיסקאסירן איבער דעם נושא. אבער זעט אויס אז די הנהלה האט נישט געהאט קיין צייט צו ווארטן. נו וואס זאל איך טוהן?
ביי דע וועי, וויל איך נאר קלאר מאכן: 'אזש' מיינט, אויף אזוי ווייט אז.... יא, דאס מיינט 'אזש'? איך וויל קלאר מאכן.
און מיר ווילן קלאר מאכן אז איר האט נאך רשות כתיבה ביי אונז אין די קרעטשמע, ווילאנג איר זענט נישט עובר אויף די תקנות.
גראדע האבן מיר שוין צופיל מאל געדארפט מעקן אדער מתקן זיין אייערע תגובות, זאל דאס דינען אלץ א ווארענונג.
מיט אנטשולדיגונג, יישר כח.
ממש איז טייטש אויף אידיש אזש.
שלמה זלמן
קודם וויל איך געבן א לינק
צו די אשכול וואס איך האב אמאל געפענט וואס באלאנגט באמת צו דעם אשכול, שנית האב איך געוואלט אויפמערקן דעם עולם ליינער אין דער שטערן די חודש, שרייבט דארט עמיציר, איבער איינעם און בערך מיט דעם לשון רימט ער איהם, און מיט גרויס אפשיי און עהרע האט מען איהם אויפגענומען, כאפט ער אבער נישט אז אפשיי איז טייטש עקל, סאו אפשר האב איך א טעות.
simple good writer
vus fara
self proclaimed sofisticated
writer
s'ara
התאחדות;
האסט ג ארנישט קיין טעות... יענער שרייבט האט דא געמאכט דעם פאטאלן טעות פון שרייבן "אפשיי" אנשטאט "אכט"... קומענדיגע מאל זאל ער מער "אכט" געבן...
לכאורה דארף מען דאס מעגן זיין.