היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א קורצער איבערבליק אויף אונזער פארעם

א קורצער איבערבליק אויף אונזער פארעם

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1582286

זארעכפעפער » 22/9/2005 00:03

אזוי ווי ס'ניסראבע געווארן דע סאפסעליי הקרעטשמע, און די נייע באזוכערס ווייסן נישט אז א טייל פון זייערע זיסע געדאנקען זענען שוין אמאל איבערגעקייט געווארן דא ביי אונז אויפן פארעם, וועל איך פראבירן צוציצייכענען טיילווייז אביסל פון די אלטע לינקס (ווער ס'קען מעג מויסעפ זיין):

נא, בעטס א גלעזל שנאפס פונעם ארענדער, מאכט אייך באקוועם צי א טישל דא אין עק פון קרעטשמע, און נעמט אייך צי דער ארבעט, ליינטס און האטס הנאה

(ס'האט נישט קיין שייכות מיט די אינדעקס וואס פעלט זיך אויס)

געבראטענע שטותים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1463626

באבע מעשה'ס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1483318

בערד אין די גמרא'ס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1502868

ראזינקעס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1486463

קרעמער » 22/9/2005 00:09

קרעמער » 22/9/2005 00:13

עמו אנכי בצרה...

מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נאר צוטריט צו מסורת:

יענטאאש זוכט דעם עולם...

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1550584

דער עולם זוכט אים אויך...

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1486810

מסורת אבותינו בידינו

not2bz » 22/9/2005 00:15

יישר כח קרעמער פאר די מסורת לינקס

בןהרחמן » 22/9/2005 20:46

פאר די וואס האבן נאר מסורת און זיי ווילן ניצן א לינק פון די געהעריגע היידפארק (ביז קרעמער וועט געבן א דירעקט לינק) קען מען קאפיען די לינק צום בראוסער און אויפטוישען די ווארט HYDEPARK אנהייב פון די לינק צום ווארט MASORET, די איבריגע חלק פון די לינק איז די זעלבע (און פארשטייט זיך אז דאס וועט נאר ארבעטן ביי א פארעם וואס איז אויף מסורת)

nafcha » 22/9/2005 20:52

בן;

מ'קען עפענען א אשכול מיט מסורת, אפילו די פורם איז נישט אויף מסורת. כמעט אייביג ארבעט עס.

not2bz » 22/9/2005 20:56

יישר כח בןהרחמן פאר די גיטע עצה

בןהרחמן » 22/9/2005 21:00

נפחא; דו ביזט גערעכט איך האב יעצט פרובירט מיט עטליכע לינקס און עס האט גע'ארבעט, (חוץ ביי די מקומות המטו.. וואס דארט (ב"ה) גייט עס נישט) אבער נאר אויב מען האט די לינק גלייך צום אשכול ווייל צום פארעם עפנט זיך נישט און עס שרייבט 'פורום לא נמצא', צו זעהן אויב עס איז א לינק צו א אשכול קוקטס אויף די לינק אויב עס ענדיגט זיך מיט די ווערטער TOPIC_ID און דערנאך נומערען איז דאס א אשכול לינק, אויב עס ענדיגט זיך FORUM_ID מיט נומערען איז דאס א פארעם לינק

תוקן על ידי - בןהרחמן - 22/09/2005 21:03:25

פעדעקס » 22/9/2005 21:04

ס'ווענט זיך אונטער וועלכע קאטעגאריע די פארום איז.

קרעמער » 22/9/2005 21:05

יישר כח בן הרחמן פאר די גוטע עצה. (בשם די אלע דזשעי נעט באנוצער וואס האבן א מנהג נישט צו שרייבן).

אינטערסאנט אז טייל ארבעטן יא מיט דעם פארטל און אנדערע נישט, וויאזוי ארבעט דאס?

nafcha » 22/9/2005 21:25

מר. פעדעקס;

עס האט נישט צוטין מיט די קאטעגאריע פון די פורם, ווייל אפילו ביי ... ... וכל השאר איז אויך דא 'אמאל' וואס עס ארבעט די טריק.

בן;

איך האב אמאל געמיינט אז די קענסט 'הייד פארק' אדורך און אדורך. [בילד – נישט אפגעהיט]

בןהרחמן » 22/9/2005 21:31

קרעמער
עכ"פ בעסער פון דיר (וואס איך בין אנגעקומען אין קרעטשמע נאך דיר)[בילד – נישט אפגעהיט]
גראדע האב איך עס נישט געזאגט אויף היידפארק[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 22/9/2005 21:32

קלערטס מיר נישט אויף דעם עולם דא.

די וואס מען האט זיי אריינגעשטעלט דזשעי-נעט איז דאס געקומען צוליב א סיבה... לערנט זיי נישט אויס קיין קונצן וויאזוי אויסצוקרויזן דעם סיסטעם.

nafcha » 22/9/2005 21:38

בן הרחמן;

אפשר ביסטו מיר מסביר וואס די האסט געשריבן אין דיין לעצטע תגובה? (איך פארשטיי טאקע נישט).

קרעמער;

די ביסט גערעכט, איך דאף עס ווען אפשר נישט שרייבן, אבער שוין....

קרעמער » 22/9/2005 21:40

בן הרחמן;

דיין לעצטע תגובה וואלט געברויכט זיין אדרעסירט צו נפחא און נישט צו מיר.

אפשר אזוי וואלט עס נפחא פארשטאנען.

nafcha » 22/9/2005 21:42

דעמאלטס פארשטיי איך שוין די ערשטע העלפט, אבער די צווייטע?

בןהרחמן » 22/9/2005 21:45

היינו טעמא דשופר וואס איך האב עס אדרעסירט צו קרעמער, ער האט עס יא פארשטאנען (האפענטליך?)

nafcha » 22/9/2005 21:54

בן;

איך גיי דיר יעצט זאגן נאך איין זאך, און מיט דעם איז די סאבזשעקט געקלאוסט פון מיין זייט.




























קאטשא פייא נעקי.


(אונז העמיר זיך איבערבעטן פאר יום כיפור)

קרעמער » 22/9/2005 22:49

נפחא;

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

ער האט נישט געזאגט אז ער איז בקי אין גאנץ 'היידפארק'!

אפשר אין די אינטערנעט בכלל, אבער נישט דווקא אין היידפארק.

פארשטאנתא? (נוסח נפחא).

nafcha » 23/9/2005 01:57



תוקן על ידי - nafcha - 23/09/2005 2:04:28