היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » 'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1653532
בלאט: 1 2 3

התאחדות » 25/11/2005 01:34

חיים מרדכי וויאזוי רופסטו דיך געווענדליך מיט די פיאות אויף ארויף
גיב ארויס דעם ניק

פענסטער » 25/11/2005 01:34

שלום עליכם "חיים מרדכי", הא די העל איז יאר באס, אז ער לאזט דיך נישט קומען אין קרעטשמע?

קרעמער » 25/11/2005 01:49

זעהט אויס אז חיים מרדכי איז נאך אונטערן רושם פון דעם נארוואס ערשינענעם ביכל "אומאויסגעוועלט"... און ער מיינט אז ער איז יעצט אריבער דעם ברוקלין בריק, און מוז זיך טוישן די בגדים אויפן באן...

חיים מרדכי; דאס איז א היימישע קרעטשמע... נישט קיין באר אין מאנהעטן...

סעמאן_פיש » 25/11/2005 08:31

וועלעכע? חיים מרדכי ברעכער?

עך עך


תוקן על ידי - סעמאן_פיש

איים סארי, איך זעה אז קרעמער האט מעך עך עך אויסגעכאפט.

עניוועי, וואס איז נייעס.

תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 25/11/2005 8:33:38

ניןהרחמן » 27/11/2005 09:58

איין קאלטן זונטאג פארטאג'ס קום איך צו קריכן צום קרעטשמע זיך דערווארעמען מיט אביסל "יין שרף" און "שנאפס" אפשר צו עסן אביסל "סעמאן פיש" און זיך ווארעמען ביים אויוון וואס איז אנגעהייצט מיט די געהילץ וואס נחמן נטע האט איבערגלאזט נאך זיך און בכלל
צו "געשמאק" "פארברענגען", צי "פארנומען בין איך דאך נישט".
ענדליך בין איך שוין דא זעה איך אז דער "קרעמער" האט באשלאסן צו פארהאקען די טויערען, איך האב נישט געטראכט קיין צוויי, מה עשה הקב"ה דערזע איך אן אפענעם "פענסטער" איך געב א קלעטער ארויף און א שפרינג אריין און... איך בין דא... איך ווארט אז איינער זאל צו קומען געבן שלום עליכם. אבער די קרעטשמע איז ליידיג אין קול ואין עונה. ברוך השם לא אלמן ישראל כ'האב מיר ארויף געשטעלט אויף א הויכען בענקל און אויס גערופן מיט קידוש לבנה אותיות ברוך הבא נין הרחמן!!!

איך האלט מיט די וואס האלטן אז נין מיינט אן איר-אייניקעל, מסתמא וועט "התאחדות" זיין מחולק מיט מיר אבער איך האף אז דער אלטער דייען "הרב זארעככפפעפפפפפעעעעררררר" וועט יא האלטן מיט מיר, על כל פנים די "ראש הקהל" איז זיכער אויף מיין זייט, ער האט שוין אן אלטע חשבון מיטן זעלבסט-געקרוינטען דיין נאך פון די גרויסע מחלוקה מיטן "גראף".

פארוואס איך הייס נישט נכד הרחמן, איז פשוט ווייל איך וויל נישט אנטרעפען מיין טאטען דא.

און ווי שטענדיג וועט קרעמער קומען מיט מיינע גראמאטישע פעלערען.

תוקן על ידי - kraitchmer - 27/11/2005 15:55:44

ניןהרחמן » 27/11/2005 10:21

כ'האב נאך גארנישט געשריבען און מען האט שוין געמעקט...

נחמן_נטע » 1/12/2005 22:51

ווי איר ווייסט דאך אלע, בין איך 'נחמן נטע דער האלץ האקער' געווען אינטערוועגנס אויף א לענגערע וויילע. היינט, אריינקומענדיג אין קרעטשמע, מערק איך גאר פיל פיל פרישע באזוכערס און דורכגייערס, אנגעהויבן פון סעמאן_פיש ביז טאנעניו, דעריבער וויל איך אויסשטרעקן פאר אלע פרישע דורכגייערס א ברייטן:

"שלום עליכם"

קומט אריין, מאכט אייך היימיש, באקענט אייך מיט אונז, און בעיקר לאזט איבער א גוט ווארט כתקנות הקרעטשמע...

bush2008 » 2/12/2005 02:58

א גיטען

חיים_חייקל » 2/12/2005 03:07

אה שלום עליכם שלום עליכם
שרייט חיים חייקל אויס מיט ספאנטאס אז די גאנצע קרעטשמע איז זיך צוזאמען געלאפן.

וואס איז? ווער איז דא?

די קרעטשמער הערן זיך איין מיט אינטערעסע ווי חיים חייקל ערקלערט די נארוואס ערהאלטענע מעלדונג, אז דער 'גרויסער קעניג פון די פאראייניגטע שטאטן' איז נארוואס פארביי די קרעטשמע.

די קרעטשמערס זענען באלד אריין אין א איבערראשונג, און אויפאמאל האבן זיך אלע גענומען גרייטן צו די קעניגליכע אויפנאמע, מאכנדיג זיכער אז דער קעניג זאל זיך שפירן ביי אונז אין די קרעטשמע היימיש ווי ביי זיך אין 'ווייסן' פאלאץ.

ביי די אריינגאנג פון קרעטשמע איז באלד אויסגעהאנגען געווארן א:

ברוך הבא שילד, באגריסנדיג דעם גרויסן גאסט.

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 02/12/2005 3:09:01

קרעמער » 4/12/2005 05:23

איך וויל מאכן א ברוכים הבאים פאר עטליכע נייע מיטגלידער:

יגרסהדותא
שםאחר
ביטערזיס
איוואן
טאטי
טאטניו

ווער נאך?

gishmoker » 4/12/2005 05:40


ברוך הבא פאר

ציצה קניפער.

מאכט אייך היימיש און ברענגט שיינע בילדער פון מיטל מזרח.

האב הנאה און זייט אנדערע מהנה.

פענסטער » 8/12/2005 05:18

ברוך הבא פאר א חשוב'ע גאסט הרב "חיים שלום" זעצט אייך אוועק מ'וועט אייך שוין דערלאנגען משקה.

איבער דיינע פראגעס וואס די האסט וועסטו דארפן ווארטן אויף אונזער שטאב מיט דיינים, זיי וועלן שוין זיכער באקן עפעס א תירוץ.

פאר דערווייל האמיר א גיטע נאכט.

בןהרחמן » 8/12/2005 05:39

ברוך הבא !!!! ברוך הבא!!!!!

מיר האבן דא אזא חשוב'ן גאסט פון די פארשטייער פונעם שכינות'דיגן דארף, א איד פון די שענסטע 'משפחה'וס, דאס איז דאך ערעב חיים ושלום,

לאמיר איהם טאקע ענטפאנגען מיט אויסגעשפרייטע ארעמס

יהא בואך לברכה


ביזדערווייל ביז די דיינים און לומדים וועלען אהיימקומען פון קלויז און קומען זיך דערכאפן דאס הארץ און קרעטשמע וועסטו מוזן אביסל צו-ווארטן, מאך דיך היימיש און כאפ א גלעזל משקה.

התאחדות » 8/12/2005 19:19

און דאן גם אני הקטן מצטרף להדברים הנאמרים בטוטו"ד על ידי ידידיי היקרים וקורא בקול אדיר וחזק

ברוך הבא יהא בואך לחיים ולשלום
.

הכ"ד החותם בשמחה
הק' סאכדעס
חונה פה U.U.O.K.V והגליל

קרעמער » 8/12/2005 23:35

איך וויל אפגעבן א פערזענליכן ברוכים הבאים פאר צוויי חשוב'ע ידידים פון אן אנדערן פורום:

מוה"ר חיים ושלום שליט"א

מוה"ר טאגליכט שליט"א


יהא בואם לברכה להרמת קרן הקרעטשמע ואנשיה!!!

חייםושלום » 9/12/2005 03:54

איך האב יעצט באמערקט דעם אשכול, מען וואלט מיר געדארפט זאגן פארדעם אז מען באקומט אזא שיינע ברוך הבא וואלט איך זיך שענער אנגעטוהן.

זאל זיין גוט פאר אלע אידישע קינדער.

התאחדות » 11/12/2005 21:34

שלו' עליכם
בשם המלך

קרעמער » 11/12/2005 21:47

התאחדות;

יהללוך זר ולא פיך.

געב אכט! באלד זעהסטו שוין אויס ווי מיר, עי' אשכול "נמאס".

התאחדות » 11/12/2005 21:52

יאך בין נישט באזארגט, ווען יאך האב פון וואס מורא צו האבן וואלט יעך דאס נישט געטוהן, אלזא אויב האבע יאך דאס געטוהן דאן האב יאך נישט וואס צו זארגן, און דאן מיין באליבטער קרעמער, בארואיגט אייך נעקסטיים טוה נישט אזא אומבאלימפערטע שריט, נישט יעדער איז מיט די זעלבע איי קיו, יאך האבע שוין געשריבן איז הגם איך בין נישט אזוי ווי אונזער הויכגעשעצטער גראף 141, אבער מסתמא האבע איך מער פון 70, סאו מיט אזא סקאאר מאכט מען נישט אזוינע טעותים, קען זיין אז בשם המלך איז אונטער 70, סאו ער האט זיך אפשר נישט געכאפט, און איצט פיגער אויס.

התאחדות » 13/12/2005 18:00

ברוך הבא בין לאדין
ווער איז גרייט צו פארציילן פאר בוש אז מיר האבן איהם געפאקט, סיז דאכצאך 50 מיליאן דאלער, איך וויל נישט ווייל איך וויל נישט פארלירן פוד סטעמפס
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/12/2005 18:06

שוין צופיל געשריבן מיט בשם המלך? ברויכסט שוין בין לאדין'ען צו הילף?

התאחדות » 13/12/2005 19:31

יאך קען דיר איבערזאגן די זעלביגע ווערטער ווי פריער.

יאך בין נישט באזארגט, ווען יאך האב פון וואס מורא צו האבן וואלט יעך דאס נישט געטוהן, אלזא אויב האבע יאך דאס געטוהן דאן האב יאך נישט וואס צו זארגן, און דאן מיין באליבטער קרעמער, בארואיגט אייך נעקסטיים טוה נישט אזא אומבאלימפערטע שריט, נישט יעדער איז מיט די זעלבע איי קיו, יאך האבע שוין געשריבן איז הגם איך בין נישט אזוי ווי אונזער הויכגעשעצטער גראף 141, אבער מסתמא האבע איך מער פון 70, סאו מיט אזא סקאאר מאכט מען נישט אזוינע טעותים, קען זיין אז בין לאדין איז אונטער 70, סאו ער האט זיך אפשר נישט געכאפט, און איצט פיגער אויס.

זארעכפעפער » 21/12/2005 21:58

איך באגריס שיין הויך מיט א ברוך הבא פאר מר. שייןהויך

not2bz » 12/1/2006 00:30

שלום עליכם גם_זו

התאחדות » 12/1/2006 00:38

ברוכים הבאים בשם השם

מיט גרויס פרייד און העפליכקייט טוען מיר באגריסן אן אלט באזעסענער תושב, וואס איז פאר געוויסע סיבות געווען אויף וויקעישאן, אויף א פינף מאנאטן, און ברוך השם יתברך ויתעלה, האט ער ערשיינט מיט גרויס פרייד ארויפגעברענגט אן אלטן שמועס, פונקט דארט וואו ער האט געהאלטן אינדערמיט, אזוי ווי מיר זעהן ביי יעקב און יוסף, אז ער האט געדענקט וואס מ'האט געלערנט פאר ער איז פארלוירן געווארן אויף מצרים, און ביי דע וועי זוכט ער אויף אונזער אלעמען באליבטן ראש הקהל ערעב יענטאש.

על כל פנים יאך שטעל זיך פאר אז ער איז סורפרייזד, איבער די טשענדזשעס וואס ס'האט פאסירט ביין אונז אין די קרעטשמע, ס'שטיינס געזאגט סאכדעס דער דאיען איז אריין אין די באהערדע, און בכלל סאכדעס איז געווארן דער דאיען אין די קהילה, וכדו' וכדו', פיל זאכן וואס האבן זיך געטוישט, זינט ער האט איבעגעלאזט די קהילה וואו אויפ'ן וואסער, סיז צום האפן אז ער עט זיך טרעפן די פלאץ אין די ניי אויפגעפיקסטע קרעטשמע יהא בואו לברכה ולהרמת קרן החסידות.

און איצט אלע צוזאמען:

ברוך הבא ערעב גם זו


קומט אריין און כאפט א גלעזעלע שנאפס -ער איז שוין אויך צוריק- דערכאפט זיך דאס הארץ נאך פינף מאנאטן נישט נאס מאכן דעם האלז.

יאנאש » 19/1/2006 00:01

יום ד'

ברוך הבא פאר א חשוב'ע גאסט הרב קוטשמע (kutchma בלע"ז) זעצט אייך אוועק מ'וועט אייך שוין דערלאנגען משקה געווען מנהל א לאנג טיי עגע נישט אזוי?

התאחדות » 19/1/2006 01:46

אין דארף טוט סאכדעס אריינוואנדערן
און קוקט פון איינעם צום אנדערן
ער שטייט און קוקט מיט גרויסע אויגן
ווער איז דער וואס יעדער טוט זיך פאר איהם בויגן

ער קוקט בעסער און דאן זעהט ער
אז דאס איז נישט קיין צווייטער
וואו יוסף הצדיק, דער קעניג פון מצרים
באלד גייט דער דאיען אויפהערן טיילן שריים

ער זעהט וואו ער שטייט און דרשנ'ט אזוי
אלע שטייען מיט אפענע מיילער גענוי
און פלוצים זעהט זיך דער דאיען אויך
שטייען און טרינקן אלע ווערטער ווי געשמאקע יוך

זיינע ווערטער זענען דאך ווי פערל שטיינער
ס'צוגיסט זיך דאך אין אלע ביינער
אזויפיל קלארקייט און חכמה הערט מען
אז אלע קענען דאס פאר זיכער אויסרימען

אלע שרייבערלעך פארשטעקן זיך פאר איהם
ער געוואונט באלד די גאנצע געים
נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ווער נישט וועט כאפן א מכה (נישט ערענסט, געדארפט דאס פאר'ן גראם, זאל נישט אויסגערעדט זיין)


ברוך הבא
יוסף צדיקא


און פון אונטן טוט יאנאש אריינרוימען
אז דער קוטשמע נישט פארגעסן זאל מען
נו אדרבה נעם דעם כיבוד דעם שיינעם
דאס געט דאך יאנאש נישט פאר קיינעם

און פאר דיר אויך א ברוך הבא א שיינע
ליין די כונות מיינע די ריינע
איך האב שוין קיין סאך צייט נישט פארבליבן
אבער דאס וועל איך דיר יא גיבן

ברוכים הבאים
ערעב קוטשמע

קרעמער » 19/1/2006 02:27

התאחדות;

איך האב שיער געוואלט שרייבן אז איך בין מסכים מיט די וואס האלטן אז דו וואלסט געברויכט אויפגעבן דאס דיינות און זיך נעמען צו בדחנות... דאן האב איך אבער באמערקט אז דו ביסט שוין גארנישט דער כל-יכול, ווייל אנשטאט מאכן א פשוטע גראם אט אזוי:

נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ברוך הבא יוסף צדיקא

האסטו זיך גענומען טיילן מכות (מיינענדיג אז די גראם וועט אנדערש נישט קלאפן) און געשריבן בדרך ארוכה:

נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ווער נישט וועט כאפן א מכה (נישט ערענסט, געדארפט דאס פאר'ן גראם, זאל נישט אויסגערעדט זיין)
ברוך הבא
יוסף צדיקא


נע.. קענסט נאך נוצן אביסל פראקטיצירונג... אבער געב נישט אויף!!! האסט דעם טאלאנט, אין די האנט, ווייסט נאר פשוט נישט וויאזוי מען נוצט דאס [בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 25/1/2006 23:07

לאמיר אלע אויסרופן הויך


שלום עליכם ישראל_הלוי



זאלן דיינע וועגן דיר אלס נאר פירן אויף גוטע ערטער


קרעמער » 26/1/2006 02:08

יאנאש

יאנאש » 27/1/2006 00:56

יא???

קרעמער » 27/1/2006 01:55

הער א מעשה - יאנאש; איך האב געשריבן א גאנצע תגובה, איך האב דיר באדאנקט פארן אויפנעמען דעם עולם ווי עס פאסט, און נאך דעטאלן (וואס איך געדענק שוין ליידער נישט), אבער א טאג שפעטער באקום איך א מעלדונג פון איינעם פון די מנהלי משנה אז עס שטייט נאר "יאנאש"... איך האב פרובירט דאס ארונטערצונעמען דורכן "קרעטשמער" ניק, אבער היידפארק האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירן מיט מיר... איך האב פרובירט איינמאל און נאכאמאל, און ווען דאס איז נישט געלונגען, האב איך דאס אוועקגעלייגט אויף שפעטער, און פארשטייט זיך אז איך האב פארגעסן דערפון... א יישר כח פארן דערמאנען, אבער יעצט לאז איך עס שוין אזוי... אז נישט וועט מען נישט וויסן פארוואס דו שרייבסט "יא"??

יאנאש » 27/1/2006 04:16

יו פליז דערמאן דיר וואס די האסט געוואלט זאגן, איך האב זייער ליב ווען מען רימט מיך אויס.

קרעמער » 27/1/2006 05:04

יאנאש; פריי זיך נאכנישט, כ'מיין אז די איבריגע ווערטער זענען געווען געווענדעט צו "ישראל הלוי"...

יאנאש » 29/1/2006 19:11

אבער איין ווארט מער איז זיכער געווען געווידמעט פאר מיר ניין?

חיימיל » 30/1/2006 05:32

שלום עליכם

 

איך שטיי ביים טיר אין איך טראכט

זאל איך אהער קימען אדער נישט??

 

אלע פאזציעס איז שוין אויסגעכאפט, עס איז שוין דא א

 

ראש הקהל

שמש

דיין

רב??

קרעטשמער

וואסער טרעגער

האלץ האקער

פראקטעלירער

גראף

קוימען קערער

נרוון קריכערס

ליידיגערס

ארבעסטלאזע

גיטע שרייבערס

שלעכטע שרייבערס

מאשקעס

גבאים

 

מילא  וואס האב איך פין אהער קימען?

וועל איך נאך באקימען עפעס א פאזציע??

 

נאר וואס דען. איך קום אהער, כ'וועל פראבירן מיט שיינעם  

וועל איך באקימען א טיטל אין יעדער וועט זען אז איך בין דא איז גיט

אז נישט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

 

 




















 

 

 

וועל איך גארנישט האבן

קרעמער » 30/1/2006 05:53

שלום עליכם חיימיל! יהא בואך לברכה, להרמת קרני פרה.

לגבי א טיטול איז אזוי, פרוביר שרייבן ווי מער דו קענסט, מיר וועלן שוין לויט דעם אפמאכן אויב דו ביסט ראוי לאותו איצטלא אדער אן אנדערע איצטלא.

SINGER_73 » 2/3/2006 00:03

PLEASE WELCOME THE WORLD GREATEST SINGER

בןהרחמן » 2/3/2006 04:30

איך זעה קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג וועל איך לייגן דעם ברוך הבא (כאטש ער האט שוין אליין אויך געלייגטאבער אונז וויל מיר נישט ער זאל שוין אנטלויפן)

ברוך הבא ערעב

זינגער_73

SINGER_73 » 2/3/2006 16:30

You made my day BENY!!!!! i came here in the Kratchma the first time yesterday,i was in my best mood ever,so i started to sing a beutifull song,i sang for 15 minuts with no pay...nobody even looked at me,no claping after i finished ,no smile,no commants,it was disscusting,i was 1 foot out of the Kratchma to be gone forever...then i saw my beloved BENY started claping his hands,and offered me a free beer!!!!so i am back[בילד – נישט אפגעהיט]

פלאכע_קאפ » 3/3/2006 01:10

test

מקוה_איד » 7/3/2006 20:54

א גוטן טאג...

ווי גייט מען דא?

ווי הענגט מען אויף די קאוטס?

קרעמער » 7/3/2006 21:13

עליכם שלום "מקוה איד".

די קאוטס הענגט מען אויפן דא רעכטס, דאן גייט מען אראפ צו די מקוה דורך די שטיגן, אויב איר האט נישט קיין פלאסטישן קארטל, קענט איר נוצן דאס וואס הרב א. ל. האט ארויפגעהאנגן נעבן די אייזערנע טיהר... אין "די וועלט".

מאנקי1 » 8/3/2006 08:58

.

קרעמער » 8/3/2006 16:15

monkey1, you are starting to crawl on my nerves, do you know what i mean?

קרעמער » 24/4/2006 20:26

שלום עליכם דיפלא;

ווען דער דיפלא-מאט איז געגאנגען שאך-מאט, עס איז געבליבן ביי דיפלא...

סאכדעס » 25/4/2006 00:08

קרעמער נאו וועי בשום אופן בין איך נישט מסכים, אזא קאלטע ברוך הבא? כ'מיין כ'האף אז דו פארשטייסט ענדליך האמיר באקומען אזא מעכטיגע פיגור ביי אונז אין קרעטשמע, וואס נישט נאר דאס, אז ער איז מיט אונז, איז ער שוין באלד געפארן מיט דעם גרויסן האמער קיין מאנגאליע, ארויסהעלפן די שירא הקדושה, וואס איז אקאורשט אפגעפארן, נו אם כן קאמ'איין, מ'דארף גיסן בשפע אין די לענג און אין די ברייט, אין די הויך און אין די נידריג, אקיצער אזאנס וואס מיהאמיר שוין לאנג נישט זוכה געווען, כ'קלער צו נעמען אייגענע שריט אין מיינע הענט, און איך וועל אויסשרייען א הילכיגן

ברוך הבא, לעבן זאל דיפלא

פון היינט ביז משיח'ס טאג, און אזוי אויף ווייטער, מיר אפאלידירען און פאצען מיט די הענט.

ניןהרחמן » 25/4/2006 00:14

גיחזי; מען נעמט נישט דא קיין שריט מיט די אייגענע הענט. דער דיפלא איז א צבוע'ניק

טאטעניו » 25/4/2006 00:28

ניני ח'גיי דאס נישט צולאזן מער א כיצפע אזוי צו רעדן קעגן איינע פוןדי מנהלי משנה ביי אונז אין קרעטשמע? אויב דו פארמאכסט דיר נישט דאס מויל על איך זאגן דיין טאטן וואס איז מיין אייניקל אז ער זאל דיר שטיל מאכן.

פארשטאנען???????????????????????????

02.85

טאטעניו » 25/4/2006 00:36

ניני, כ'פארשטיי לגמרי נישט וואס סאכדעס האט מיט גייחזי איינגעלייגט? ווייל ער איז דעם דייען'ס שאופער, א שופר איז א שופר, פארשטאנען?

דיפלא'ן קומט זיך א הילכיגע ברוך הבא. פארגין אים עס.

04
בלאט: 1 2 3