היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » 'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1653532
בלאט: 1 2 3

קרעמער » 4/5/2006 06:29

לאמיר אויסשפרייטן דעם רויטן (פון וויין) טעפיך פאר אונזער ניי צוגעקומענע מיטגליד דן25, וועלכער האט איבערגעלאזט אלע זיינע באקאנטע און גוטע פריינט(?) אין די פאליטישע אשכולות, און איז זיך געקומען ווייקן ביי אונז אין די ביר פעסער.

יהא בואך לברכה, וממך ילמדו וכן יעשו!

דן_25 » 4/5/2006 15:42

א שכח פאר די ברוך הבא

אין אמת'ן אריין בין איך נישט ממש ניי, איך פלעג דא שרייבען מיט מיין אנדערע ניק אויך, אבער יעצט בין איך דא מיט א שטארקע התחדשות אינטער א נייעם שלייער.

קרעמער » 4/5/2006 16:58

איך הער

איך_הער » 5/5/2006 01:02

קרעמער איך האב געמיינט אז איך הער

שותפות » 5/5/2006 01:08

און איך מיין אז דו הערסט נישט גוט. [בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי - שותפות - 05/05/2006 1:09:54

איך_הער » 5/5/2006 01:17

זאג מיר נאר נישט אז דו מיט קרעמער האבן געמאכט א שותפות און מיט איין ניק געסטו קאמפלימענטס און מיט די אנדערע רייסטו ארינטער

קרעמער » 5/5/2006 01:56

איך-הער;

אנטשולדיגט פארן זיך באנוצן מיט דיין ניק אלס א אויסדרוק פון צושטימונג, איך וואלט אפשר געברויכט שרייבן כ'הער, כדי עס זאלן נישט קומען צו קיינע מיספארשטענדענישן.

אגב, איך האב זיך נאך קיינמאל נישט אריינגעסיינט צו די "שותפות" ניק, און יעצט איז שוין געטוישט די פעסווארד דערפון.

יאנאש » 8/5/2006 00:22

שלום עליכם פאר jany1 פארן אפשטאטן א באזוך דא ביי אונז.

jany איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט נאך אינטערנעט, איך האף אז דו וועסט זיך אנהייבן דרייען דא מער אפט.

נ.ב. אז דו ווייסט נישט ווער איך בין, שעם דיך נישט פרעג  אן אין אישי.

jany1 » 8/5/2006 01:06

יאנאש עליכם שלום
 מאכסט מיך לאכן

קרעמער » 8/5/2006 02:42

דאכט זיך אז מיר האבן נאכנישט אויפגענומען ווי עס פאסט דעם נייעם גאסט/תושב מר. אללללוועיז

ALLLLWAYS, יהא בואך לברכה! מיר האפן צו טרונקן מיט דורשט אלע דיינע זיסע געדאנקן.

יאנאש » 8/5/2006 18:11

jany;

איך האב נישט געוואוסט אז דו שערסט אים שוין אפ מזל טוב.

ביי די וועי, וויאזוי האסטו געכאפט ווער איך בין (אויב דו האסט בכלל געכאפט), און בכלל וואס איז אזוי פאני אז דו מוזט לאכן.

jany1 » 8/5/2006 22:26

אז מטרעפט א גוטן פריינד נאך אזוי לאנג נישט זיין בקשר דערווארמט עס דאס הארץ.

איך לאך נאכן געוואיר ווערן וואס ליגט אינטער יאנאש.

קיפ אפ

יענטאאש » 13/6/2006 01:34

אוי וויי! ווי מיר האלטן שוין היינט אויף דער וועלט, אז איך דארף דאס שוין טון.

עניוועי ברויך הבא ר' ווארצל!

איך האף איר וועט אייך גוט איינווארצלען דא ביי אונז.

קרעמער » 13/6/2006 01:56

איך וויל אויך אפגעבן א ווארימע וועלקאם פארן ווארצל וואס האט זיך דא איינגעווארצלט.

אויך וויל איך באגריסן א נייעם חשוב'ן שרייבער - וואס איז דעתו להשתקע - מר. עולם2, יהא בואם לברכה.
בלאט: 1 2 3