היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » 'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1653532
בלאט: 1 2 3

זארעכפעפער » 3/11/2005 20:31

ס'וואלט געדארפט זיין א רויטער פינטעל אינדרויסן באלד ביים אריינקומען אפשר וועלן עס נאך די מנהלים מאכן


***
אזוי ווי ס'ניסראַבּע געווארן ספסלי ה'קרעטשמע', פילע נייע פארבייגייער'ס וועלכע פאלן דא אריין זיך צו דערקוויקן דאס הארץ פון זייערע שווערע אויסגעמאטערטע וואנדערונגען, דעריבער שלאג איך פאָר פאַר די הנהלת ה'קערטשמע', אז מ'וואלט געדארפט באשטימען א באזונדערן טישל, דא אויף די רעכטע זייט אויבן באלד ביים אריינקומען אין די 'קרעטשמע', וואו מ'זאל מעקאַבּל פּאָנעמ זיין מיט א סייווער פּאָנעמ יאָפֿעס, יעדן נייעם דרוכגייער.

כ'על טאקע זיין דער ערשטער, נא לאמער זען:

א. קוידעמ עמער אויסשטרעקן א גרויסן בעריכעמהאבא-אים פאר 'סאַכֿדעס'ן'. טאקע גוט פאסיג דא ביי אונז אין קרעטשמע, ווי דאס פארקערטע פון 'התאחדות' איז דאך דא שטרענג פארבאטן, עממ... עממ... כ'מיין דאס איז דאך פון די גרינד-פרינציפן ביי אונז אין די קרעטשמע.

ב. בָּריכֿאַבּע ר' 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' פון דארף. קומט אריין מאכט אייך היימיש.

ג. שאָלעמאַלייכעמ ר' 'נאַכֿמענ-נאָטע דער האלץ האקער'. קומט אריין ווייל מיר דארפן אייך האבן, מיר קענען נישט עקזעסטירן אן אייך, דער ווינטער שטייט שוין ביים שוועל און מיר דארפן אייער געהילץ צו הייצן די 'קרעטשמע'.

ד. שאָלעמ-צו-אייך ר' 'פארברענגען'. קומט אריין כאף איר וועט האַנאָעה האבן מיט אונז צו פארברענגען.

ה. איינעם פארגעסן?

מ'בעט דעמ-עוילעמ מייהאַיוימ וועהאָלע דא צו באגריסן יעדן פרישן באזוכער.

not2bz » 3/11/2005 20:35

יין שרף האסטו פארגעסן

חיים_חייקל » 4/11/2005 15:11

'חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף' שטרעקט אויס די האנט מיט א ברייטן שלום עליכם, פאר א פרישן פויער וועלכער איז נאר וואס פארבייגעגאנגען אונזער באליבטע קרעטשמע.

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 04/11/2005 15:14:41

קרעמער » 4/11/2005 15:21

קרעמער - דער געוועזענער ארענדאר - ערלויבט זיך צו פרעגן פון חיים חייקל'ן דער וואסער טרעגער: מדוע זה מהרת למצוא בני? מה היום מיומיים? פארוואס גייט איר נישט יעצט ארום אזוי ווי אלע טאג מיט די אמפער'ס וואסער צו די הייזקעלעך פון דארף? ווי האט איר צייט צו כאפן א קאווע מיט לעקאך אין קרעטשמע אין אזא פריע שעה?

זארעכפעפער » 7/11/2005 00:38

ברוך הבא א נייער 'כתבן' ביי אונז אין די קרעטשמע. שלום עליכם.

זארעכפעפער » 7/11/2005 01:08

We all shake hands and say ''HI'' for our new visitor

נייטראלער

טאקע דא, און נאר דא ביי אונז אין די 'קרעטשמע' איז אייער ריכטיגע סטאנציע, ווייל דא זענען אלע באזוכער צוגלייך 'נייטראל'...

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 07/11/2005 1:29:44

התאחדות » 7/11/2005 01:47

שלום עלייכעם צו אלע נייע שרייבערס

חיים_חייקל » 7/11/2005 02:40

שפאצירט זיך אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' געמיטלעך אין די פריע נאכט שעה'ן, נאך א שווערן טאג ארבעט, מיט די ליידיגע וואסער פעסלעך אנגעהאנגען אויף זיינע פלייצעס, שפאנענדיג זיין ריכטונג צו זיין אלטע כאטקע ווען דערביי זינגט ער זיך אזוי אינטער זיין דאנק'ס לידעל פארן זן ומפרנס לכל אויף דעם נארוואס פארגאנגענעם טאג. און... און... פלוצים... א קאלטער שווייס פון שרעק באגיסט זיין גאנצער געזיכט..., אוי... אוי... וואס זעה איך דארט? זעה איך גוט? דער גרויסער גראף פון אונזער גובערניע דערנענטערט זיך צום דארף, ווען פון זיינע רויטע פינקלדיגע שפיזיגע שרייט ארויס... עפעס נישט גוטס...

אוי רבוש"ע - טראכט זיך אזוי חיים חייקל צו זיך - וואס וויל ער שוין ווייטער פון אונז? וואס גייט ער אונז שוין ווייטער אנווערטשאפן?

חיים חייקל'ס געזיכט ווערט בלאסער פון מינוט צו מינוט, זיין הארץ קלאפט, זיינע קניען קלאפן זיך צונעזאם, און... מיט ציטערדיגע הענט באגריסט ער דעם גרויסן גראף מיט א ברייטן:

ברוכים הבאים


תוקן על ידי - חיים_חייקל - 07/11/2005 2:40:27

חי_וקים » 7/11/2005 02:46

חיים חייקל

אלטס גראף געפעלסטו מיר מערער...


[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

שנאפס » 7/11/2005 03:06

דער גראף איז דא...
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 7/11/2005 03:07

יאך האב דאך געוואוסט אז ער איז א שגץ, קוקט נאר גוט וועט איר זעהן אז ער גייט אפילו נישט קיין קאפל

התאחדות » 7/11/2005 03:09

אויסער דעם הייסט דער גראף דזשעיסן02 ??? סיז וויכטיג צו וויסן זיין נאמען איהם צו פארמאסערן פארן גובענאטיר

זארעכפעפער » 9/11/2005 02:18

יעצט באמערקט א נייער גאסט אין די 'ערשטע' כשרע קרעטשמע

רעב מעכל שלום עליכם, קומט אריין, מאכט אייך היימיש.

RebMechel » 9/11/2005 17:30

עליכם שלום. עליכם שלום.

גלויבט איז גאט אז איך האב געטראפען די קרעטשמע, איך האב געבלאזטשעט אין וואלד אין די פרעסט עטליכע שעה ביז איך האב געזען א קליינטשיגע שטראל פין ליכטיגקייט פונדערווייטנס.

אהה... דא איז פיין ווארעם.

קרעמער » 9/11/2005 17:47

איך שטרעק אויך אויס מיין האנט פאר אלע חשוב'ע באזוכער און ביישטייערער צום קרעטשמע.

איך ווארט שוין ווען די מנהלים וועלן מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים און אויספאלגן די רויטע פארארדענונג פונעם געוועזענעם דיין צו באפעסטיגן דעם אשכול אויפן אויבן-אן פונעם קרעטשמע.

התאחדות » 9/11/2005 21:41

שלו' עליכם אונזער נייער געבוירענער סערוויס03
קודם האט איר פיל קשיות אויפן פארום, אבער נישט געדאגה'ט, איר וועט זיך צו געוואוינען צו די געשפרעכן דא אין קרעטשמע, איר וועט אוודאי קודם זיצן אין א זייט מיט א פארוואונדערטן בליק, אבער איך האב שוין צו יאנוש'ן גערעדט, ער וועט דיר אויף מיין חשבון דערלאנגן א גלאז פון וואס אימער דו גלייכסט.

אויב ווייסטו נישט וואס צו גלייכן, נו דאן קוק דיך אום אביסל אויף טישלעך און קוק וואס דער עולם נוצט דאס מערסטע, און איך באצאל עס (נאטורליך האט מיר שוין פארשפראכן צו צושטעלן צען אלפים)[בילד – נישט אפגעהיט], לאז דיר אביסל וואויל גיין, כאפט א גלעזעלע שנאפס, אויב סיז אייך שווער צו דערגיין די מאסטגאונג משקה, דאן בעט פון יאנוש'ן זאל דיר אנפילן א פיל גלאז מיט מיינע פעווריטס משקאות, ער ווייסט שוין וואס איך גלייך.

מוזט דיך נאך אפילו נישט אנרופן, לויט ווי מיר קוקט אויס האט איר איצט באקומען פאות, נו במקום גדולים אל תעמוד, באט דאונט ווארי דו וועסט עלטער ווערן וועט איר שוין אויפכאפן דעם טיפן מהלך פון די שמועסן ביין אונז אין די הייליגע קרעטשמע, -פארשטייט זיך סיז מוז קודם זיין מילא כריסו בש"ס ופוסקים, אבער דאכצאך אז דו האסט גאנץ א גוטן תפיסה, איר וועט זיך נאך אביסעלע צורייבן- רק קיפ אן גאונג, מיט די צייט וועסטו שוין קענען מיטהאלטן א פארברענג כזקן ורגיל, אל תדאג.

און נאכאמאל ברוכים הבאים בשם השם[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 21:43:57

פענסטער » 10/11/2005 01:35

קרעמער;

די מנהלים האבן א תיבה אישית, אז די ווילסט עפעס פון זיי שיק עס דארט אריין, נישט לופטער עס אויס דא אין פאבליק.

און יא, שיעור פארגעסן, א גרויסען ברוך הבא פאר אלע נייע שרייבער'ס, איך בין ביזי מיט די קימפעטארין אביסעל, במילא האב איך נישט קיין צייט צו באגריסען יעדעם פערזענליך, ויחשב זאת בעיניו אלס א פערזענליכע ברוך הבא.

קרעמער » 10/11/2005 01:39

פענסטער;

OUCH

ווען דו וואלסט נישט געווען קיין בעל שמחה, וואלט איך דיר צוריקגעפליקט און אריינגעגעבן כמו שכתוב. אבער יעצט איינמאל געב איך דיר א ברעיק [בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 10/11/2005 01:45

עס קומט נישט דא אריין פליקן, אבער ווען מ'האט אויפגענומען דעם ניק 'קרעטשמער' אלס מנהל, האב איך געשריבן "קאמפלימענטען, קאמענטארן,ווי קריטיק צוגלייך קענט איר אריינשיקען צום קרעטשמער."

די פארשטייסט אידיש?

קרעמער » 10/11/2005 01:47

יעצט איינמאל לאז איך דיר האבן די לעצטע ווארט...

התאחדות » 10/11/2005 01:55

אבער סיז א פראבלעם איך פרוביר צו שיקן צום קרעטשמער סי קומט נישט אהן, אדער פאלט עס ארויס פון פענסטער[בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 10/11/2005 02:00

קרעמער;

אויב די לאזט מיך האבן די לעצטע ווארט, לאמיך זעהן זאלסט יעצט זיין שטיל און גארנישט צוריק שרייבן.

(איך האב שוין לאנג באמערקט די קרענק ביי דיר, אז די מיינסט מוזט אייביג צוריק ענטפערן...)

==============

התאחדות;

די קענסט די ניגון, "ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, ווייל ס'איז א נביירע".

קרעמער » 10/11/2005 02:04

ס'איז טאקע א קרענק? האבן די דאקטוירים שוין א נאמען דערפאר? (כ'מיין ס'הייסט נפחאלייטיס).

התאחדות » 10/11/2005 02:07

אוי ביסטו גוט
איך מיין אבער יאך לייד פון די מחלה, אדרבה קוקט דאס נאך, איך וואלט געקענט באשטיין אז נישט, אבער ס'צי קינדיש זיך צו נאריש מאכן מיט אזא מאכלע

חיים_חייקל » 10/11/2005 02:46

א נאסער, באגאסענער 'אן א שירעם' שפאצירט חיים חייקל דער וואסער טרעגער אריין אין די קרעטשמע מיט זיינע נאסע הענט שטרעקט ער א ברייטן 'שלום עליכם' פאר די נייע
'שירעם'
וואס ער האט נאר וואס געפונען אין די קרעטשמע.

---
חיים חייקל מערקט - אין א זייטיג טישל - אז דער נייער 'שירעם' האט נישט גערן זיין ערשיינונג אין די קרעטשמע.
ס'גארנישט - זאגט אים חייקל - גיבט איבער אייערע פריינד וועלכע קוקן נאר אריין אין קרעטשמע דורכ'ן נייעם פענסטער אבער קומען נישט אריין מהנה זיין אז נישט דאס מיינט דער פסוק...
קומט און ברענגט אייערע ידידים זאלן זיי זיך היימיש מאכן מיט זייערס גלייכן...

סעמאן_פיש » 15/11/2005 03:09

א גוטן טאג אייך,

איך דריי זעך ארום דא שוין א היבש שטיקל צייט אין הער אויס די געשפרעכן, טאג בוך, דברי תורה וכו' אמאל שאקל איך צו מיטן קאפ, אמאל שמייכל איך צו זיך און אמאל פלאץ איך אויס אין א געשאסענעם הילכיג געלעכטער הא הא הא האה האא! אבער אלעס בהצנע לכת. איך שטיי אין א ווינקל און ציה נישט קיין אויפזאמערקייט (איך בין נאטורליך א שעמעדיגע).

אבער יעצט האב איך גענומען די מוט אין איך אנאנסיר פארן גאנצער קרעטשמע

רבותי, איך בין דא! איך הייס סעמאן פיש אין ס'פרייט מיר אייך צו באקענען.


תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 15/11/2005 3:10:46

התאחדות » 15/11/2005 03:31

שששאלעם עלייחעם

כבוד הרב סעמאן פיש

-איך האב פארגעסן דיין נאמען ביים שרייבן די ערשטע מאל די תגובה-

אזא כאשיווער גאסט, וועלקאם אין, אונז פריי מיר זיך דיר צו האבן דא פאר א פארטנער, קיפ און גאונג, און הייב אהן צו טרינקען אביסעלע, לאז דיר אביסל וואויל גיין, איך האף אז די קרעטשמע וועט פון היינט און ווייטער נישט האבן קיין עקספענס פון די פיש ביי אלע סעודה'לעך.

אוי א נחת [בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - התאחדות - 15/11/2005 3:34:29

פארברענגן » 15/11/2005 03:39

אה... העלאו.... וואס שעמסטי דיך.
וועלקאם אין[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 15/11/2005 05:10

אהה איך גלייך זייער סעלמאן פיש, איך האף אז די ביינער זענען שוין ארויסגענומען, ווייל איך בין נישט צוגעוואוינט צו פיצן די ביינער, ווי באקאנט פון אן אנדערן אשכול.

עליכם שלום!!! מאכט אייך היימיש!!! לאמיר הערן וואס איר האט צו דערציילן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 15/11/2005 16:27

קרעמער;

דער בילד ברויך מען לייגען אין אשכול 'בילדער פון די מיטגלידער'....

[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 15/11/2005 18:24

א ישר כוחכם פאר די ווארימע אויפנאמע

איך שטעל אפאר באטל סעמאן סאדע

לחיים לחיים

http://www.msnbc.msn.com/id/10044481

שנאפס » 15/11/2005 18:42

שלום עליכם רב סעמאן פיש

געווענטליך נאך אפאר גלעזלעך שנאפס שעמט מען זיך שוין נישט צו רעדן...

סעמאן_פיש » 15/11/2005 18:48

שקועך

מיר פירן זעך טאקע נאך די פיש נעמען מיר זעך באלד צו די שנאפס

יאנאש » 16/11/2005 23:21

ברוכים הבאים
איך בין שוין אן אלטער טרינקער דא נאר אזוי ווי מען קע נישט אלס שרייבן מיטן עכטן ניק ברויך מען האבן נאך איינס
וד"ל

קרעמער » 17/11/2005 00:10

יאנאש;

וואס מיינט א "עכטע" ניק?

פארוואס קען מען נישט שרייבן דא מיט אן "עכטן" ניק?

איך שרייב מיט מיין עכטע ניק...

יאנאש » 17/11/2005 00:14

KREMER now you talk TZIM DUVER
but i think i dont have to explain
first explain y u need that GRAF

sushi123 » 17/11/2005 00:17

יאנאש:

איך זע אז די האסט שוין אינסטאלד אידיש, געשיקט הא?,
ווער איז געווען דיין טעכניקער? איך קען אים איוך ניצן

יאנאש » 17/11/2005 00:19

SUSHI y do u think so
B'AMES i have my tec. in here now but i still dont have it dont

עליכם_שלום » 17/11/2005 00:25


העי, איך בין שיעור נישט שיכור געווארען דא. איך האף נאר אז איך וועל נישט ווערען אן "אדיקט"...

יישר כחכם פאר די אלע "ניקס" פאר אן אומזיסטע "קרעטשמע".

(ואני תפלה, אז ציווישען די אלע ניקס דא, איז דא לכה"פ צוויי שרייבער...)

קרעמער » 17/11/2005 01:27

שלום עליכם עליכם שלום!!! (סאונד'ט שוין באלד ווי ביי קידוש לבנה...).

איך קען דיר גאראנטירן אויף מיין ניק (חי פרעה) אז עס זענען דא אין דעם קרעטשמע מער ווי צוויי שרייבער.

איך האב אין מיין לינקע הויזן טאש א קליינע אנשי שלומינו ליסטע פון קרעטשמע מעמבער'ס, און דארט געפונען זיך מער ווי איין נאמען און טעלעפאן נומער (אויסער מיין אייגענע).

התאחדות » 17/11/2005 01:28

מיין נומער האסטו שוין אויך
ערשט עליכם שלום יאנוש דער צווייטער

פענסטער » 17/11/2005 01:31

קרעמער;

אמאל איז געליגן די אנשי שלומינו ליסט אין דיין בעק טאש, (אפשר ליגט עס נאך אלץ דארט, וור ווייסט...)

קרעמער » 17/11/2005 01:49

התאחדות;

דיין נומער האב איך דערווייל נישט (און ס'איז גוט אזוי [בילד – נישט אפגעהיט]).

פענסטער;

האסט א גוטן זכרון, יא... איך האב לעצטנס געטוישט די פלאץ דערפון. גראדע האב איך עס פונקט די וואך איבערגעשריבן און שיין מסדר געווען (מוכן לדפוס...).

gishmoker » 17/11/2005 03:43

קרעמער פארוואס דארפסטו טוישן פלאץ?
דו זאגסט דאך אליין עס ליגט אין דיין לינקע הויזן טאש. נו זאל עס מיינען די לינקע בעק הויזן טאש ... אזוי ווי פענטער זכרון...

איי_פאד » 17/11/2005 03:47

ברוכים הבאים, איך בין א גאסט אויף א ווייל, יה"ר איך זאל טאקע זעהן א מייל!

[בילד – נישט אפגעהיט]HELLO!

קרעמער » 17/11/2005 05:30

ברוכים הבאים איי_פאד!

==

געשמאקער;

געווענליך פרוביר איך צו זאגען דעם אמת!

(דיין טעלעפאן נומער האב איך דערווייל נישט אויף די ליסטע... קענסט מיר עס אריינשיקן אין אישית).

פענסטער » 24/11/2005 19:56

שלום עליכם פאר אלע נייע באזוכער'ס דא, איך ווייס נישט ווי דער יעניגער וואס פלעגט געווענליך יעדעם באגריסן מיט א גרויסן שלום עליכם איז נעלם געווארן, במילא במקום שאין איש, איז א קוימען קערער אויך גיט.

איך געדענק נישט פונקטליך קיין נעמען, אבער כ'על דערמאנען וואס איך געדענק יא.
ברוך הבא 'גראבע בערזעל', ברוך הבא 'בנו של חיים', וועם מ'האט נאכנישט דערמאנט דא, זאל זיך אנרופען.

פענסטער » 24/11/2005 20:19

זיך יעצט דערמאנט, ברוך הבא 'כורמיזא', א איד פון א ווייטע וועג, מאכט אייך היימיש.

פענסטער » 24/11/2005 21:04

זיך יעצט דערמאנט (איך זאג ענק אז איך לייד אויף "פאסט פארטאם"...[בילד – נישט אפגעהיט]) ברוך הבא 'לחיים ל"ב', מאכט אייך קאמפארטעבל אין הער.

תוקן על ידי - פענסטער - 24/11/2005 21:03:21

חייםמרדכי » 25/11/2005 01:16

איך באהאלט מיך מיין בארד, לייג ארויף די פיאות אויף אויער איך טו אן א קעפ אין איך כאפ מיך אריין באהאלטענערהייט אין קרעטשמע, זעץ מיך אוועק אין א ווינקל אין אבזערוויר

אויב האט איינער מיך געזען אריינקומען ביטע נישט איבערגעבן די ראשי קהילה איך וועל נאך פארלירן מיין פאסטן
בלאט: 1 2 3