היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » די עלטצטע תגובה פון די קרעטשמע

די עלטצטע תגובה פון די קרעטשמע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1914264

3x0 » 11/5/2006 20:46

איך זיך די די עלטצטע תגובה פון די קרעטשמע, ווער קען מיך העלפן?

גרויזאמער » 11/5/2006 21:01

עס איז שוין אמאל אויפגעברענגט געווארן דעם ענין ביטע נישט מאכן קיין דאפעלטע אשכולות http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1914264 גיי אריין אין די לינק וואס סשטייט דארט תוקן על ידי - גרויזאמער - 11/05/2006 21:02:53

3x0 » 11/5/2006 21:14

די שיקסט מיר צו דעם אשכול?

יגרסהדותא » 11/5/2006 22:15

אהההה

3X0 הייבט אן צו כאפן...

ער ווערט מיר קלוג

גרויזאמער » 11/5/2006 23:36

איך האב געפרעגט הייד פארק וואס עס מיינט אז יעדע תגובה וואס מען שרייבט דא צו גייט דארט אויך. (אפשר האט דאס מיט די צפיות פראבלעמען). איך ווארט אויף אן ענטפער...

מלוה_מלכה » 12/5/2006 03:34

גרויזאמער, דו ביסט גוט היינט, [יו אר גוד בלעז]

האסט מצליח געווען מיר צו מאכן הוסטן פון פול לאכן.

... אז ימלא שחוק פינו.

גרויזאמער » 12/5/2006 05:09

עס איז אבער אינטערסאנט וויפיל מאל מען האט געדרוקט די לינק, ווייל די צפיות פון די אשכול האלט שוין ביי 117. -נישט פון מיך אויב ווילסטו מיר גלייבן. אוקיי?

בןהרחמן » 12/5/2006 09:24

לפי השערתי איז די עלטסטע תגובה (וואס איז נאך עוועיליבעל) געשריבן דורך יענטאאש אינעם דאטום 9/6/05 למספרם (יום ה' פר' נשא ב' סיון תשס"ה לפ"ק)
אין דעם אשכול
דארט קען מען אויך זעהן די מעשה פון יענעם טונקעלעם ליל ששי נישט היינט געדאכט.

3x0 » 12/5/2006 16:23

איך בין אויך אנגעקומען צו דעם אשכול, אבער איך האבט געטראכט אז אפשר האב איך פארזען א אשכול אדער צוויי.

עניוועיס, א גרויסען שעקויעך.

קרעמער » 18/5/2006 05:57

דא האט איר נאך א אור אלטע תגובה פון די קרעטשמע, געשריבן דורך איינע פון אונזערע חשוב'ע מעמבערס BECHUSID, וועלכער פראוועט צופיל תענית הדיבור (הערסט?).

גם_זו » 18/5/2006 10:45

בן הרחמן,

אויב איך בען זיך נישט טועה דארף צו זיין אן עלטערע תגובה פון וואס דו האסט אן געצייכנט,
משום מה קען איך האס נישט געפינען, אבער זעה דא אין מיין אשכול האלף לך שלמה...

במושכל שני זעהט מיר אויס אז די מנהלי הפרום זענען נוהג כמנהג ותיקין צו מאכן "תשליך" יעדע ערב ראש חודש.

שוין עטליכע אשכולות וואס ביז נישט ליינג צוריק האבן זיי נאך הערשיינט דא אין פרום און אין איין העלן טאג מושלח געווארן כמו אבן במים זידונים.[בילד – נישט אפגעהיט]

kraitchmer » 18/5/2006 16:59

ר' גמזו

אייער חשד איז אומזינסט, מיר מאכן נישט ביעור חמץ מער ווי איינמאל א יאר, מיר האבן אויפגערוימט דעם פורום מיט א לאנגע צייט צוריק - ווען איר האט זיך געווארעמט אין אילת אדער ערגעץ אנדערש אויף אכט מאנאטן.. - און יעצט שטייט עס שוין אויפן זעלבן פארמאט זייער א לאנגע צייט אן קיין שינוים אדער ערנסטע געמעקעכטץ.

יישר כח פארן ברענגן צו אונזער אויפמערקזאמקייט דעם אלטן אשכול פון "האלף לך שלמה", עס איז שטענדיג אינטערסאנט צו ליינען די היסטאריע פון אונזער/אייער פורום וואס טרעט אט אט אריין אין איר צווייטן יארגאנג, תשואת חן חן לך.

וועד הקרעטשמע

בןהרחמן » 19/5/2006 19:44

גמ_זו;

אויב וועסטו איבערליינען מיינע ווערטער וועסטו זעהן איך האב געשריבען "(וואס איז נאך עוועיליבעל)" מיט דעם האב איך געמיינט אז דאס איז די תגובה וואס איז געבליבן נאכן תשליך (אדער ביעור חמץ) דאס וואס דו צייכנסט אהן איז טאקע די ווערטער פון א עלטערע תגובה אבער עס איז נישט אין די אריגינעלע תגובה נאר נאכקאפירט אין א תגובה פון 2 חדשים שפעטער.

3x0 » 19/5/2006 19:50

בןהרחמן,

איך זעה אז די טויגסט טאקע פאר דיין פאסטן, האסט אזוי גיט ארויסגעברענגט דעס וואס איך טראכט שוין איבער א טאג וויאזוי עס מסביר צו זיין פאר גםזו.